תקפז

הבריאה קיין שום שינוי וויא קודם הבריאה. אבער מיר זעהען דאך פארט אן פאר א דבר נפרד. און דער כח וואס דרינען איז דהיינו וואס עס איז מחי' ומהוה באופן אז דאס זאל דוקא אן גיזעהין ווערין בבחי' נפרד נק' בשם שכינה לשון רוען, דער כח אלקי וואס רוט אין יש מחיה צו זיין באופן דאס זאל זיין אנפרד לכן דארף מען גוט פאר שטיין אז באמת איז קיין נפרד ניט דא. און ער [איז] מחיה באופן אז מי זעהט וויא אדבר נפרד ויש. איז דאס אזוי א ירידה שאין כמוהו מוז דערינען אטיפער מכוון זיין ווארום עס איז ניט דער סדר פון אמלך גדול ונורא אז ער זאל עוסק זיין אין דברים פשוטים און ער איז [דאך] עוסק תמיד מהוי' צו זיין עולמות און איז מחדש מעשה בראשית מאין ליש בכל יום ויום. און ער רעט דאך דאס כמאמר בדבר ד' שמים נעשו וברוח פיו כל צבאם מחי' צו זיין אפי' קליפות וסט"א. דאס הייסט איטליכען אין זיינע נארישקייט ודב"ט והוללות וליצנות.

נמצא מוז דערינען זיין אטיפער מכוון [נאר אז מי נעמט אן מער ניט ווי מי זעט און מי פאר געסט אויפן מכוון] ווערט דאס גערופען גלות השכינה. און דיא מקובלים האבין דאס מכנה גיוועזין בשם רחל, כרחל לפני גוזזי' נאלמה. ולהבין זה איז דהיינו בשעת בנין הבית בימי דוד ושלמה האבין אללע אומות מס גיגעבין וויילע זייער חיות האבין זייא דער עיקר מקבל גיוועזין מהקדושה און אלקות האט מאיר גיוועזין בכל הפרטים דעריבער זענין זייא בטל גיוועזין, אזוי איז אויך אין איטליכען אידין וואס רופט מען אכילה ושתיה ומו"מ דאס רופט מען אוה"ע בחי' גוי און דערינען איז מאיר ביטול פון אלקות. און דער מס איז וואס פון איטליכע זאך קומט ארויס איתרון צו אלקות כיתרון האור מתוך החושך. נאך בעסער צו פארשטיין אז אללע עולמות מיט אללע פרטים זענען בערך וויא שערות לגבי עצם החיות, היינט כל זמן אז מי איז בטל צום כח המחי' איז דאס באופן וויא שערות וואס זענין דבוק צום עצם השורש. און פון איטליכער זאך קאן זיין איתרון.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.