תקפד

אהיפוך מאכילת אדם דקדושה, בכן צריך לזה עבודה שהוא מלשון גילוי מגלה צו זיין וואס עס איז אין יש בהעלם און מברר צו זיין דעם יש, וזה נק' ל"ט מלאכות וויא צו אנטלויפין פון פאריגען יש. אבער אז דער יש אליין זאל נהפך ווערין ווארום מצד אלקות איז באמת ניט דא קיין אנדער זאך, וזהו עבודה מלשון עורות en.עבודים.

וכ"ז הוא דרך כלל אבל בכדי להבין בדרך פרט באר היטב צל"ה בהקדם תכלית המכוון מבריאת כל העולמות מאתו ית', וגם וויא קענען גאר ווערין עולמות אז באמת איז ער כביכול פשוט בתכלית הפשיטות וואס ער איז [גאר] ניט בערך עולמות, למשל משכל גדול קען נתצמצם ווערין א שכל קטן שבקטנים ווארום דאס איז אלץ איין מהות נאר דאס איז גרויס און דאס איז קליין לכן קאן דאס נתצמצם ווערין, אבער למשל פון אטיפין שכל זאל קענען ווערין אדומם דאס קאן ניט זיין אפי' דורך כמה מיני רבבות צמצומים לאין קץ ותכלית, ווען דאס איז גאר ניט דער ערך, [אזי איז כביכול אויבן וואס איז ער אליין א"ס פשוט בתכלית הפשיטות און אז ער איז מתצמצם וואש איז אחר כל הצמצומים אלץ א"ס, וואס דאס איז גאר] ניט בגדר גבול, א"כ וויא זאל ווערין אגבול וואס דאס איז גאר ניט דער מהות. דער תירוץ איז ער איז כביכול כל יכול, און איז א שלם בכל השלימות און אין שלימות איז ניט[א] קיין חסרון דהיינו אז פון איהם זאל מער ניט זיין אז גילוי א"ס אליין בלי גבול, איז דאס ניט שלימות, ווארום דער פירוש פון שלימות ער טראגט כל ההפכים בנושא אחד, דהיינו אקוראט וויא זיין כח איז בגבול איז זיין כח בלי גבול, און איבער [אזוי] גירעט אקוראט וויא זיין כח איז אין בלי גבול אזוי זיין כח בגבול בלי שום שינוי, און עס קען פון אים ווערין בע"ג גאר אן אשיעור וערך פון דעסט וועגין איז ער דער אייגענער אין גבול וויא [אין] בלי גבול כמאמר אני הוי' לא שניתי ואתה הוא עד שלא נברא העולם ואתה הוא משנבה"ע, גאר דער אייגענער [גאר] אן שום השתנות וויא פאר בריאת העולם און אזוי וויא דאס אזי באמת איז דאס ניט בכח הנברא משיג צו זיין דאס, נאר מיר ישראל האבין דאס [ב]ירושה מאבותינו פון אונזערע אבות האבין מיר דעם כח מאמין צו זיין זייער שטארק אקוראט וויא מיר זעהען דאס מיט דיא אויגין און עס איז ניט אנדערש וכמ"ש בעינ' דבלבאי אתחזי כולא, א איד קען אין הארצין דער הערין וויא ער איז אין עוד מלבדו [באמת] וויא קודם הבריאה כן עתה כו' וד"ל.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.