תקפג

שורש פון תשובה איז בדרך אור חוזר און איז מגיע העכער פון דער מקור פון כל העולמות למלאות כל פגם ועון וחטא וד"ל.

[נמצא] אחר כל הנ"ל איז ממילא מובן [אז] דיא גיהייבנקייט און דיא פעולה פון דאווענען, און דער היפך וויא אן דעם איז גאר נישט. אבער מי דארף פאר שטיין וויא מאכט מען דאס אין תפלה און וויא אזוי. [ו]כדי להבין זה הנה כתיב וידעת היום והשבות אל לבבך כי הוי' הוא האלקים, וכתיב דע את אלקי אביך ועבדהו הנה איתא בגמרא עבודה זו תפלה. ותי' עבודה משמע ב' פירושים א' עבודה מלשון גילוי, למשל מגלה צו זיין אזאך וואס עס איז פראן אין נאך אזאך בהעלם ארויס צו ברענגען דאס מהעלם אל הגילוי. למשל וויא עבודת הקרקע דהיינו אין דער ערד איז פראנען אכח הצומח שיכול להצמיח ממנ[ה] כל מיני פירות וכל מיני תבואה, [ו]מ"מ אז מי זאל דאס גאר אליין לאזען וואקסן וועט נאר וואקסן אללע ניט נצליכע זאכען וואס עס איז ניט ראוי לאכילת אדם, און כדי עס זאל וואקסן כל מיני תענוגים וואס עס איז פראנען בכח [ה]קרקע בהעלם, מוז מען ארום דעם טוהן ביז עס ווערט נתגלה דער כח וואס אין איר איז בהעלם. אין דאס איז עבודה מלשון גילוי. אבער דיא זאך [אליין] בלייבט וויא גיווען, דיא קרקע איז קרקע וויא גיוועזין. אבער עס איז פראן עוד אופן עבודה מלשון עורות עבודים, למשל דיא זאך אליין ווערט אנדערש, וכן הוא בכאו"א מישראל, הגם ער איז מלובש אין א יש גשמי אין אגוף ונפש הבהמית, מ"מ איז אין אים פראנען אכח בטל צו ווערין צו אלקות וואס דורך דעם קען נתוסף ווערין תענוג בו ית' ביז ער קאן נכלל ווערין אין אדם דקדושה, דהיינו אזוי וויא אכילה [ב]גשמי' ווערט נתאחד מיט זיין עצם החיות באופן אז מי קען גאר ניט אפטיילען, אזוי דארף זיין דער ביטול והתכללות אין אדם דקדושה אז מי זאל ניט נחשב ווערין לאיזה מהות וכמבואר בגמ' ישראל מפרנסין לאביהם שבשמים דאס רופט מען דיא צמיחה וואס איז ראוי לאכילת אדם דקדושה, ונק' ג"כ להוציא לחם מן הארץ, אבער מי מוז דערינען האבן יגיעה ועבודה וזולת זה וואקסט דאס איין יש וואס דאס איז

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.