תקפב
א"ס ב"ה דווקא. למשל אז אלע אברים לעבין קענען זיי טאן אזאך וואש איז נוגע צום עצם הנפש ממש. נמצא איז אין איין אופן אברים גשמי' העכער ווידער דער חיות וואש בערך דעם אבר. אבער ווען איז דאש, אז ער לעבט. אבער מיט איין טוטין אבר מאכט מען נישט. נמצא איז אין דעם אופן דער חיות וואש ער איז ז[י]ך מתפשט אין די אברים העכער. ושניהם כאחד טובים. ווארום אור בלא כלי איז ניט קיין גילוי וכלי בלא אור לעבט ניט. און דער מחבר [ו]ואש איז מבריח מן הקצה אל הקצה איז דער חוט השדרה. אף שהיא אינה לא מרמ"ח אברים ולא משס"ה גידים כו'. וכן היא עס זאל קענען זאיין כמראה אדם דקדושה כמבואר, איז דער מחבר דער פון תפלה, און די ח"י ברכות פון תפלה נק' ח"י חוליות [שב]שדרה אבער באופן דאש האבין מיר אלץ גירעט אז נפסק חוט השדרה איז טריף.
וכ"ז [איז] אז מי דאוונט [ח"ו גאר ניט, אבל יש עוד אופן שהשדרה הוא בשלימות רק זי הייבט אן צו דארין ח"ו, הגם עס איז נאך פראנען איזה לחלוחית אבער סוף כל סוף קען מען דערפון שטארבן. אזוי איז אויך פראנען איין אופן אין דאוונען בעוה"ר אז מי דאווענט] גאר אן איין שום לעבדיקייט וויא נאכטין אזוי היינט און אזוי מארגין, עש איז דערינען ניטא קיין קוו[ע]ל וואש דאש ווערט גירופן שקיא דאילנא כביכול כמאמר אנת הוא דאשקי לאילנא בההוא נביע[ו] כו' דאיהו כנשמתא לגופא ועיין שם כל המאמר. כללו של דבר אז דאש איז ניטא ווערט ער ח"ו גאר אנפרד מאתו ית' וואש דאש ווערט גירופין מיתה או שבירה ח"ו וכמאמר אותי עזבו מקור מים חיים לחצוב להם בארות נשברים אשר לא יכילו המים, למשל בגשמיות אז אכלי [אז זי] ווערט צו בראכין איז זיא שוין ניט ראוי און קיין כלי ניט צו דער זאך וואס פריער. אזוי איז אויך אלע רמ"ח אברים ושס"ה גידים וואש באיי איטליכן אידן איז, נאר אז דורך זיי זאל זאיין גילוי אלקות און זיי זאלין זאיין כלים לאורו ית' עש זאל קענען זיין כמראה אדם דקדושה כמבואר, אבער אז מי זאל ניט מוסיף זיין כח בקדושה ע"י התפלה הגם מי דאוונט דאך אבער דאס איז וויא אדארער חוט השדרה, וואס פון דעסט וועגין קען מען אראפ פאלין עד שאול תחתית [ח"ו] און ווערין איין יש ודבר נפרד מאתו ית' וזה נק' כלים מתים ונשברים [ח"ו] וואס דאס איז אהיפך פון קדושה, אין דרינען קאן שוין ניט שורה זיין חיים עליונים דקדושה אם לא דורך תשובה באמת, ווייל תשובה איז קדמה לעולם עד שלא ברא את העולם ברא את התשובה, ווייל דער
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.