תקפא

אזוי איז דער אופן בעבודת ה' עש איז פראנען רמ"ח מ"ע וואס זיי ווערין גירופין רמ"ח אברים דמלכא כביכול וואש דורך איטלעכער מצוה ווערט נגלה אלקות באופן אחר. הגם מצד עצם אלקות איז קיין שום השתנות ניטא ח"ו כמאמר אני ה' לא שניתי. פון דעסט וועגין אין גילוי מוז זיין אנדערש מפני שהוא ית' כל יכול, לכן קען דווקא זאיין דער גילוי אין דער מצוה באופן זה [און] אין דער אנדער מצוה באופן אחר, אז נשמות זאלין משיג זיין אלקות בג"ע העליון והתחתון דורך מצות באופנים שונים א"ס ב"ה איך ומה הוא להתענג [מ]זה בעונג נפלא לאין קץ ושיעור [וגבול] ותכלית ע"ד דאמר[ו] מוטב דלידייני' וליתי לעלמא דאתי. ולמשל אזוי וויא דיא התגלות הנשמה באברים, איז ניט אויף איין אופן מ"מ איז דאס אלץ גילוי הנשמה און דאש איז אלץ דער מענש ביז מי קען דאש גאר ניט אפ טיילין. אדרבא דווקא מיט אלע רמ"ח אברים איז ער ער[ש]ט איין אדם שלם בכל השלימות. אזוי איז אויך כביכול אנת הוא כנשמתא לגופא בגין דאנת הוא en.מלגאו ע"ש כל המאמר.

און דער כח הביטול פון א"ס ב"ה וואש עש איז מאיר אין איטליכן אידן ומצות שהן רמ"ח אברין דמלכא זה נקרא נשמה כ"ח מ"ה, און דאש איז אין מוח, און עש זאל מאיר זאיין די לעבעדיקייט פון אלקות בכל הפרטים באופן אז מי זאל גאר אנדערש ניט קענען אן זעהען דורך כל הפרטים ואופנים שונים דהיינו סוכה ולולב ציצית ותפילין און אלע מצות שהן רמ"ח אברים דמלכא זאל מען מצד המשכתו אנדערש ניט [אן] זעהען וויא אלקות, און דאש זאל קענען זאיין א מכון לשבתו ית' וויא אברי הגוף צו דער נשמה אז זאל קענען אן גיזעהען ווערין דורך רמ"ח מ"ע en.ווי איין אדם שלם ברמ"ח אברים וכמאמר ועל הכסא דמות כמראה אדם עליו.

און דאש איז באמת דער פשט אדם דקדושה אין איטליכן אידן און איטליכער [איד] איז אכסא כביכול להשראתו ית' ע"י רמ"ח פקודין. דהיינו די תורה ווערט גירופין דער אור וואש דאש איז חכמתו ית', און די רמ"ח מ"ע ווערט גירופין כלים לאורו ית' וואס דאס איז באמת אין איטליכן אידן דא. [און] די חיות הקודש וואש אין דער כסא איז דאש די הייליגע לעבדיקייט פון אלקות וואש איז מאיר אין איטליכין אידין, און דיא חיות הקודש טראגן די כסא ביז דאש קען אוף גיהובין ווערין צו עצמות א"ס ב"ה, כידוע אז דער שורש המצות איז אין עצמות

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.