תקפ
[אלע] ח"י חוליות אזוי איז תפלה מחבר עצמות אלקות זאל קענען אראפ קומען בכאו"א מישראל נאך זיין ערך ומדריגה נאך, ער זאל ח"ו ניט זיין קיין נפרד מיחודו ואחדותו ית', וכמו שמבואר בזוה"ק בפ' וסולם מוצב ארצה וראשו מגיע השמימה, וסולם דא צלותא למשל וויא אלייטער בגשמיות ברענגט מען ד[ו]רך איר אראפ אזוי אזאך וואס מען קען [דאס] אליין ניט דאלאנגען, און דאס גליי[כין] ארויף צוא ברענגין מ[ל]מטה למעלה, וואס אן אלייטער וואלט מען בלייבין גאר אונטין בתחתית המדריגה, נמצא דער מחבר [וואס איז מחבר] דעם אובין מיט דעם אונטין איז דער סולם. וכן הוא בכאו"א מישראל אז מי איז גאר אליי[ן] מלובש אין דברים גשמיים, פון דעסט וועגין מיט זאיין תפלה בריינגט ער ארויף אלע די אראפ גיפאלענ[ע] נצוצות וואס אונטין איז אין קליפה ח"ו און דער לאנגט גאר צו עצמות אלקות, וזהו סולם דא צלותא. והנה מלאכי אלקים עולים ויורדים בו, הנה ידוע שהמלאכים נק' שלוחי ההשפעה שהם כוחות וואש טראגין אראפ גילוי אלקות בכל אדם כערכו און דאש רופט מען מלאכים משריין, און עש איז פראנין מלאכים וואס טראגין ארוף כל אהבות ויראות פון ישראל ביז עצמות אלקות א"ס ב"ה. און דאש רופט מען רתיכין כמו שיתבאר בענין התפלה. וזהו והנה מלאכי אלקים עולים ויורדים בו בההוא בר נש דהיינו אין איטלעכן אידן דורך זיין תפלה, און דער דאוונען ווערט גירופן אסולם לענין זה כמבואר בכאן.
וכדי להבין זה עוד יותר למה חוט השדרה דווקא הוא המחבר, דעריבער ווייל דער מקום משכן הנשמה איז במוח, און הגם די התגלות מכל הפעולות איז ע"י האברים שבגוף דווקא בפרטיות, פון דעסט וועגין דער אופן מכל הפעולות האברים הפרטים איז ניט אנדערש ווי עש ווערט נגמר במוח לפי ערכו נאך זאיין ערך ומדריגה פון דער חכמה, כמאמר והחכמה תחי' את בעלי' וגם ימותו ולא בחכמה אז ולא בחכמה איז ימותו. נמצא אין וואשער ארט עש קען ניט אראפ קומען השפעת החכמה איז דער ארט טויט. און אזוי ווי די שדרה בגשמיות ווערט נמשך מהמוח און זיא איז אמהות וויא דער מוח אזוי איז זיא אויך אכלי אז דורך איר זאל אראפ קומען דער אור הנשמה שבמוח אבער אז עס איז דא איין ארט וואס איז נפסק איז טריף.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.