465
ווי באַוואוסט, ווערן אידן אָנגערופן "ביכורים"366, כביכורה בתאנה בראשיתה ראיתי אבותיכם368, ווייל זיי זיינען די "ראשית" פון וועלט367 — פריער און העכער פון אַלץ וואָס איז באַשאַפן געוואָרן — מחשבתן של ישראל קדמה לכל דבר369; וואָרום אידן זיינען דער תכלית פון דער גאַנצער בריאה, ווי חז"ל זאָגן אויפן פסוק "בראשית ברא אלקים371", אַז די וועלט איז באַשאַפן געוואָרן צוליב אידן וועלכע ווערן אָנגערופן "ראשית"370. און דאָס באַציט זיך צו יעדן איינצלנעם איד, צו אנשים נשים וטף, ווי חז"ל זאָגן כל אחד ואחד חייב לומר בשבילי נברא העולם372 (יעדער איד דאַרף זאָגן אַז די גאַנצע וועלט איז באַשאַפן געוואָרן צוליב אים).
כשם ווי ביכורים אין פשטות דאַרפן געבראַכט ווערן אין ירושלים און אַוועקגעלייגט ווערן אין בית המקדש, לפני מזבח ה' אלקיך373 — אַזוי איז אויך בנוגע אידן: זייענדיק די "ביכורים" פון וועלט, איז דער אמת'ער "אָרט" פון אידן, פון יעדער אידן, לפני ה' אלקיך, אין בית המקדש.
וואָרום די עיקר'דיקע מציאות פון אַ אידן איז זיין גטלעכע נשמה374, וועלכע איז אַ חלק אלקה ממעל ממש375, און דעריבער, איז יעדער איד, אין וועלכן מצב ער זאָל זיך נאָר געפינען, איז ער פאַרבונדן און געבונדן מיט דעם אויבערשטן און דערפאַר דאַרף ער זיך געפינען לפני ה' אלקיך.
און דער געדאַנק דאַרף דורכדרינגען דעם גאַנצן לעבן פון אַ אידן בכלל און אויך בפרט. אַ איד דאַרף פילן ווי יעדער פרט פון זיין לעבן איז אַן ענין פון "ביכורים" צו השם יתברך: ניט נאָר ווען ער איז אַריינגעטאָן אין גטלעכע ענינים, די ענינים פון לימוד התורה און קיום המצוות, נאָר אפילו ווען ער איז באַשעפטיקט
הערות
- 366. ווי באַוואוסט, ווערן אידן אָנגערופן "ביכורים" : זהר ח"ג רנג, א (ברע"מ). וראה זח"ב קכא, רע"א (ברע"מ). — הובאו ונתבארו באוה"ת פ' תבוא (ע' תתרלג ואילך. שם ע' תתרלט ואילך). סה"מ תרנ"ד ע' רפד ואילך. וראה אסת"ר פ"ט, ב.
- 368. כביכורה. . אבותיכם : הושע ט, י.
- 367. אידן. . זיינען די "ראשית" פון וועלט : כמ"ש (ירמי' ב, ג) קדש ישראל לה' ראשית תבואתו. וראה זהר ח"ב וח"ג שם. תדבא"ר פי"ד. ויק"ר פל"ו, ד. תנחומא (באבער) בראשית ג. פרש"י ר"פ בראשית. ד"ה קדש ישראל לה' בלקו"ת פינחס עט, סע"ב ואילך. אוה"ת פינחס ס"ע א'רג ואילך. שם ע' א'ריב ואילך. תבוא שם. סה"מ תר"ל ע' רה ואילך.
- 369. מחשבתן של ישראל קדמה לכל דבר : ב"ר פ"א, ד.
- 371. בראשית ברא אלקים : בראשית א, א.
- 370. ווי חז"ל זאַגן. . "ראשית" : תנחומא (באבער), ויק"ר ופרש"י שם. וראה או"ת להה"מ בתחלתו.
- 372. ווי חז"ל זאָגן. . העולם : סנהדרין לז, סע"א במשנה. וראה פירוש המשניות להרמב"ם בהקדמתו ד"ה דע כי הקדמונים חקרו.
- 373. לפני מזבח ה' אלקיך : תבוא כו, ד.
- 374. די עיקר'דיקע מציאות פון אַ אידן איז זיין גטלעכע נשמה : ראה תניא פכ"ט (לו, א). ר"פ לב. שעהיוה"א פ"ו (פ, סע"ב). רדב"ז לרמב"ם הל' ממרים פ"ב ה"ד.
- 375. חלק אלקה ממעל ממש : תניא רפ"ב.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.