ספרי כ"ק אדמו"רלקוטי שיחותכרך לטמכתבים כלליים לראש השנהמכתבים כלליים מכ"ק אדמו"ר שליט"א 464

464

יעדן פון זיי, ווי מיר זאָגן יעדן טאָג359, דריי מאָל360: "נודה לך. . על חיינו המסורים בידך. . ועל נפלאותיך וטובותיך שבכל עת ערב ובוקר וצהרים".

נאָך מער: אפילו צווישן די אומות העולם, וועלכע גלויבן און אַנערקענען אַז דער אויבערשטער איז דער בורא עולם ומנהיגו — וואָס אַזוי דאַרף זיין און וועט ענדלעך זיין אין אַ פולקאָמען אופן ווען די וועלט וועט זיין ווי זי דאַרף זיין, ווי מיר בעטן אין די תפילות פון ראש-השנה361: וידע כל פעול כי אתה פעלתו ויבין כל יצור כי אתה יצרתו ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך ומלכותו בכל משלה (יעדע באַשאַפענע זאַך וועט וויסן און פאַרשטיין אַז דו, גט איז זיין באַשעפער, און יעדער איינער וואָס אָטעמט וועט זאָגן: השם דער גט פון ישראל איז דער מלך, און זיין מלכות הערשט איבער דעם גאַנצן באַשאַף) — געפינען מיר די הנהגה צו דאַנקען דעם אויבערשטן פאַר זייער שפּייז אד"ג.

געפינט מען אָבער אין דער מצוה פון ביכורים אַ טיפערן און מער אַרומנעמענדיקן אויסדרוק פון אַנערקענונג און דאַנקבאַרקייט צום אויבערשטן: דער איד ברענגט אַרויס זיינע דאַנקבאַרשאַפטגעפילן צום אויבערשטן פאַר דער גערעטעניש ניט בלויז בדיבור, נאָר ער דריקט עס אויס אין אַ שטאַרקן אופן אין מעשים — ער נעמט די ערשטע און בעסטע פון זיינע פירות, מראשית כל פרי האדמה, און ברענגט זיי אין בית המקדש, תביא בית ה' אלקיך362, און לייגט זיי אַוועק פאַרן אויבערשטן, והנחתו לפני ה' אלקיך363.

און אינעם ברענגען און איבערגעבן דאָס בעסטע און שענסטע צום אויבערשטן שפּיגלט זיך אָפּ די פולע אַנערקענונג אַז לה' הארץ ומלואה364, אַז אַלץ באַלאַנגט צום אויבערשטן; דער איד באַשרענקט זיך ניט מיט דער הכרה אַז דאָס וואָס ער פאַרמאָגט קומט צו אים בחסדי השם וברכתו ית' — נאָר ער באַווייזט מיטן ברענגען די בכורים אַז אויך נאָכן באַקומען די שפע פירות געהערט עס נאָך אַלץ צום בורא עולם365, ווייל "לה' הארץ ומלואה" — און דערפאַר ברענגט ער די ראשית כל פרי האדמה (דאָס ערשטע און בעסטע) לפני ה' אלקיך, אַז עס בלייבט אין רשות פון אויבערשטן.

* * *

הערות

  1. 359. זאָגן יעדן טאָג : בתפילת העמידה ברכת מודים.
  2. 360. דריי מאָל : ובשבת (ויוהכ"פ) ארבע (וחמש) פעמים.
  3. 361. אין די תפילות פון ראשהשנה : בתפלת העמידה (בברכת "אלקינו כו' מלוך כו'").
  4. 362. תביא בית ה' אלקיך : משפטים כג, יט. תשא לד, כו.
  5. 363. והנחתו לפני ה' אלקיך : תבוא כו, י.
  6. 364. לה' הארץ ומלואה : תהלים כד, א.
  7. 365. אויך נאָכן באַקומען די שפע פירות געהערט עס. . צום בורא עולם : וע"ד לשון ס' החינוך (מצוה שכח) בנוגע לשנת השמיטה: שיראה ממעשה האדם בכל ענין שנה זו (דשמיטה) כאילו אין דבר מיוחד ברשותו רק שהכל ברשות אדון הכל.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.