461

ורגע מיט יעדן נברא, איז פאַרשטאַנדיק אויף וויפל עס פאָדערט זיך דער שטענדיקער געפיל פון דאַנקבאַרקייט צום אויבערשטן, אין אַן אַנטפּלעקטן און אָפענעם אופן, סיי בדיבור, און נאָך מער — אין מעשה בפועל, אַז עס זאָל זיין ניכר אין אַלע זיינע מעשים די אַנערקענונג פון חסדי השם, ביז אַז דאָס דערוועקט אויך אַלע אַרומיקע אַז זיי זאָלן דאָס אויך אַנערקענען און זיך אויפפירן אין איינקלאַנג דערמיט.

אייגנטלעך, איז דאָס די ערשטע זאַך וואָס אַ איד טוט באַלד ביי זיין אויפוועקן זיך פון שלאָף יעדן פרימאָרגן דורך זיין אַנערקענען און דערקלערן (בדיבור): מודה אני342 לפניך. . שהחזרת בי נשמתי, ער דאַנקט דעם אויבערשטן ("מודה") מיט זיין גאַנצן וועזן ("אני" — אַזוי ווי "אני לדודי") פאַר דעם וואָס דער אויבערשטער האָט אים אומגעקערט זיין נשמה, זיין לעבן. און דאָס איז דער פונדאַמענט, דער ערשטער אַריינפיר צו זיין עבודת השם, וואָס ווערט פאָרטגעזעצט אין די פאַרשידענע און מערערע ברכות וואָס ער בענטשט און דאַנקט דעם אויבערשטן במשך דעם גאַנצן טאָג343, און אַלע טעג, פאַר יעדער טובה און הנאה וואָס ער געניסט.

* * *

ויהי רצון, אַז יעדער איינער און איינע, בתוך כלל ישראל, זאָל אין דעם אַלעם טאָן בכל לב ונפש,

ובפרט שטייענדיק אין די טעג פון אלול, וואָס לויטן מנהג ישראל ווינטשט מען יעדן אידן אַ כתיבה וחתימה טובה344; און זיכער איז דער אויבערשטער גלייך מקיים דעם וואונטש, דעם וואונש פון ועמך כולם צדיקים, און גיט גלייך, נאָך אין די טעג פון אלול, די כתיבה וחתימה טובה לשנה טובה ומתוקה, צו יעדן אידן און אַלע אידן, ביז אַז אַ איד זעט שוין אין חודש אלול, און אין אַן אָפענעם אופן, דעם אָנהויב פון דעם "טוב" און "מתיקות" וואָס דער אויבערשטער האָט אים צוגעטיילט פאַרן נייעם יאָר;

הערות

  1. 342. באַלד ביי זיין אויפוועקן זיך פון שלאָף. . מודה אני : סדר היום בתחילתו — הובא בבאר היטב או"ח ס"א סק"ה. שו"ע אדה"ז או"ח מהדו"ק ס"א ס"ה. מהדו"ב ס"א ס"ו. סידור אדה"ז לפני "מודה אני".
  2. 343. און דאָס איז דער פונדאַמענט, דער ערשטער אַריינפיר צו זיין עבודת השם. . במשך דעם גאַנצן טאָג : להעיר מכתר שם טוב סי' ריב (כז, גד) ע"ד גודל ענין דיבור הראשון בקומו משנתו, ואיך שהוא משפיע על כל היום. סה"מ מלוקט ח"א ע' מהמו. ולהעיר מפתגם כ"ק אדמו"ר (מהורש"ב) נ"ע, אשר ה"נקודה" (שאחרי תיבת "בחמלה") ש"במודה אני" צריך לפושטה (פאַנאַנדערשפּרייטן) על כל היום כולו — קונטרס ענינה של תורת החסידות ס"ט. וראה ספר השיחות תרצ"ז ע' 239.
  3. 344. אין די טעג פון אלול, וואָס לויטן מנהג ישראל ווינטשט מען. . כתיבה וחתימה טובה : ראה מטה אפרים או"ח הל' ר"ה סתקפ"א ס"ט (מלקוטי מהרי"ל הל' ימים הנוראים): נוהגין כשכותב אדם לחבירו אגרת שלומים מן ר"ח אלול עד יוה"כ רומז לו כו' שהוא מעתיר עליו שיזכה בימי הדין הבאים לטובה להיות נכתב ונחתם בספר חיים טובים. וראה ספר השיחות תשמ"ח ח"ב ע' 610.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.