458

אויך איז באַוואוסט, אַז אין צוגאָב צו דעם וואָס דער גאַנצער חודש אלול איז אַ זמן פון חשבון הנפש פון פאַרגייענדען יאָר און הכנה צום נייעם יאָר, זיינען די לעצטע צוועלף טעג פון חודש אלול, אָנהויבנדיק פון ח"י אלול, אויסגעטיילט דערמיט וואָס יעדער פון די צוועלף טעג איז פאַרבונדן מיט איינעם פון די צוועלף חדשים פונעם יאָר — יום לחודש321 — און ח"י אלול, דער ערשטער פון די צוועלף טעג, איז אַנטקעגן דעם ערשטן פון די צוועלף חדשים, דעם חודש תשרי322. אַזוי אַרום פאַרבינדט דער טאָג פון ח"י אלול דעם ראש-השנה פון פאָריקן יאָר מיטן ראש-השנה פון נייעם יאָר.

* * *

ראש השנה באַנייט דער אויבערשטער דעם חיות און קיום פון גאַנצן באַשאַף. יעדן יאָר אין דעם זמן קומט אַראָפּ פוןדאָסניי אַ גטלעכער חיות323 צו באַלעבן די גאַנצע בריאה במשך דעם קומענדיקן יאָר (ביז דעם ראש השנה פון נעקסטן יאָר). דערפאַר ווערט דער טאָג אָנגערופן "ראש השנה"324 (דער "קאָפּ" פון יאָר) — און ניט "תחילת השנה"325 — ווייל פּונקט ווי מיר זעען אין לעבן פון אַ מענטשן, אַז דער קאָפּ איז דער מקור וואָס פון אים ווערט פאַנאַנדערגעשפּרייט דער חיות הנפש אין גאַנצן קערפּער, פון "קאָפּ" צו יעדן אבר — אַזוי איז אויך "ראש השנה" דער "קאָפּ", דער מקור פון באַנייטן חיות אויפן גאַנצן יאָר, און פון ראש השנה ווערט דער חיות פאַנאַנדערגעטיילט צו יעדן טאָג פון יאָר.

און דאָס איז דער באַדייט פון דעם דין ומשפט פון ראש השנה, וואָס איז דער יום הדין ניט נאָר פאַר דעם עם ישראל, נאָר אויך פאַר אַלע פעלקער און באַשעפענישן; ווי מיר זאָגן אין די תפלות פון ראש-השנה: "ועל המדינות בו יאמר326", "זכר כל היצור לפניך בא327", "וכל באי עולם יעברון לפניך328". וואָרום דער משפט באַציט זיך צו

הערות

  1. 321. באַוואוסט. . יום לחודש : שיחת ח"י אלול ה'תש"ג הנ"ל (ספר השיחות ה'תש"ג ע' 177. שם ע' 179).
  2. 322. חודש תשרי : אשר התחלתו וראשו הוא יום ראשהשנה.
  3. 323. יעדן יאָר. . קומט אַראָפּ פוןדאָסניי אַ גטלעכער חיות : ראה גם תניא אגה"ק סי"ד.
  4. 324. דערפאַר ווערט דער טאָג אָנגערופן "ראש השנה" : ראה לקו"ת תבוא מא, ג. נצבים מז, אב. דרושים לר"ה נח, אב. עטרת ראש שער ר"ה בתחילתו. אוה"ת דרושים לר"ה כרך ה ע' ב'עז ואילך. המשך וככה תרל"ז ע' קכח. ובכ"מ.
  5. 325. און ניט "תחילת השנה" : כמו שאומרים בתפלת מוסף דר"ה (מר"ה כז, א) "זה היום תחלת מעשיך". וראה המשך תרס"ו ע' טז. שם ע' כ. ובכ"מ.
  6. 326. ועל המדינות בו יאמר : תפלת מוסף דר"ה ("אתה זוכר"), מירושלמי ר"ה פ"א ה"ג. ויק"ר רפכ"ט. יל"ש עה"פ (פנחס כט, א) ובחודש השביעי (רמז תשפב).
  7. 327. זכר כל היצור לפניך בא : תפלת מוסף דר"ה (שם).
  8. 328. וכל באי עולם יעברון לפניך : פיוט "ונתנה תוקף" בתפלת מוסף דר"ה ויוהכ"פ, מר"ה יח, א. ירושלמי ר"ה שם.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.