457
פון די הויפּטנקודות אין תורת הבעל-שם-טוב (און וואָס ווערט אויספירלעך ערקלערט אין תורת חסידות חב"ד) איז דער ענין פון השגחהפרטית314313, אַז יעדע זאַך וואָס פּאַסירט אין דער וועלט, ניט בלויז בשייכות צום מין המדבר (מענטשן315), נאָר אויך בנוגע בעלי חיים, און אפילו צומח און דומם — איז ניט צופעליק ח"ו, נאָר מיט אַ כוונה פון דעם בורא עולם ומנהיגו. און אַוודאי איז עס אַזוי באַ יעדער פּאַסירונג וואָס איז פאַרבונדן מיט אידן316, ובפרט מיט צדיקים און נשיאי ישראל, וואָס בנוגע זיי איז די השגחה עליונה אין אַן אופן מיוחד317 און יעדער פרט אין זייערע פּאַסירונגען האָט אין זיך אַ ספּעציעלע כוונה.
דערפון פאַרשטייט מען, אַז וויבאַלד דער געבורטסטאָג פון די "שני המאורות הגדולים" איז געווען אין חודש אלול318, איז עס אַ באַווייז אויף זייער ספּעציעלער פאַרבינדונג מיטן אַלגעמיינעם אינהאַלט פון דעם חודש — די צייט פון חשבון הנפש פונעם פאַרגאַנגענעם יאָר און פון צוגרייטונג צום נייעם יאָר הבא עלינו לטובה.
דער ענין ווערט אַרויסגעבראַכט און באַלויכטן אין דעם "פתגם"319 פון חסידים, איבערגעגעבן פון דעם רבי'ן דעם שווער, אַז "ח"י אלול איז דער טאָג וואָס ברענגט אַ לעבן אין אלול. . ח"י אלול גיט אַ חיות אין דער עבודה פון אני לדודי ודודי לי320".
הערות
- 314. דער ענין פון השגחהפרטית : וידועה ראיית אדה"ז מחולין (סג, א) משלך. וראה לקו"ש ח"ז ע' 63. ח"ל ע' 50149.
- 313. פון די הויפּטנקודות אין תורת הבעלשםטוב. . השגחהפרטית : ראה בארוכה כתר שם טוב הוספות סי' קיט ואילך. וש"נ. קונטרס השגחה פרטית (לקו"ש ח"ח ע' 277 ואילך).
- 315. ניט בלויז בשייכות צום מין המדבר (מענטשן) : דבזה כו"ע מודים (גם לולא חידוש הבעש"ט) — ראה קונטרס הנ"ל (לקו"ש ח"ח ע' 278 ואילך).
- 316. און אַוודאי. . יעדער פּאַסירונג. . פאַרבונדן מיט אידן : ראה לקו"ד כרך א פד, סע"א ואילך (נעתק בכתר שם טוב שם סי' קכ): די השגחה פרטית וואָס על עם קרובו ית' דאָס קען מען גאָר ניט אויסמאָלן. . דאָס וואָס עס איז נוגע אַ אידן הוא בהשגחה פרטית וואָס מען קען דאָס ניט פאַרשטיין. וראה לקו"ש ח"ל ע' 149 ואילך.
- 317. ובפרט מיט צדיקים. . השגחה עליונה אין אַן אופן מיוחד : כמ"ש (תהלים לג, יח. לד, טז) עין ה' אל יראיו, עיני ה' אל צדיקים. וראה זח"ג (אד"ר) קל, א. וראה פרטי הדרגות בתו"א וירא (טו, ב). לקו"ת ראה סד"ה כי תשמע (ובקיצורים שם). וראה גם אוה"ת וירא ד"ה אשר יאמר היום. ועוד.
- 318. חודש אלול. . חשבוןהנפש : ראה סה"מ תרצ"ו ס"ע 141 ואילך. תרח"ץ ס"ע סו. סה"מ אידיש ע' 75. שם ע' 129. ובכ"מ. וראה סה"מ מלוקט ח"ג ע' כ, ובהנסמן שם הערה 65.
- 319. דעם "פתגם" : שיחת ח"י אלול ה'תש"ה ס"א (לקו"ד כרך ג ע' 946. ספר השיחות ה'תש"ה ע' 122). נת' בלקו"ש חי"ט שיחה לח"י אלול (ע' 250 ואילך). חכ"ט שיחה לח"י אלול (ע' 161 ואילך).
- 320. אני לדודי ודודי לי : (שה"ש ו, ג) ר"ת אלול — אבודרהם סדר תפלת ר"ה ופירושה פ"א. פע"ח שער כד (שער ר"ה) פ"א. שער הפסוקים להאריז"ל עה"פ. ב"ח לטור או"ח הל' ר"ה סתקפ"א (ד"ה והעבירו). הנסמן בסה"מ מלוקט ח"ב ע' פב הערה 67.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.