409
שמח"ת
בס"ד. ר"ד יום שמחתתורה לפנותבוקר, ה'תשכ"ב.
א. (אחרי הקפות, בשעת חלוקת המשקה בשביל הוספה ללימוד דא"ח, טרם שלימד את הניגון אנעים זמירות, אמר:)
צו דעם ניגון אין דאָ אַ הקדמה און אַ סיפור.
די הקדמה איז:
ס'איז פאַראַן כמה ענינים וואַס אע"פ אַז דער אַלטער רבי האָט עס ניט אַריינגעשטעלט אין זיין סידור, פונדעסטוועגען האָבן זיי אַ אָרט, און אויך חסידות גופא איז מבאר די ענינים.
ע"ד ווי אמירת לשם יחוד קודם כל מצוה, אור חדש על ציון תאיר און אל תירא עבדי יעקב שאומרים במוצאי שבת. און עד"ז איז אויך שיר הכבוד, אַז אע"פ אַז אין סידור האָט עס דער אַלטער רבי ניט אַריינגעשטעלט, פונדסטוועגען איז דאָך דאָס אַ ענין נעלה, און ווי דער לבוש איז מפליג בשבח השיר.
דער סיפור:
דער סדר איז דאָך אַז מחרת יו"כ, וואָס עס ווערט אָנגערופן בשם השם, דאַוונט מען בהשכמה. איז געווען אין אַ שטעטעל איז מען געקומען מחרת יו"כ דאַוונען, האָט מען געטראָפן אַ פּוילישען חסיד טאַנצנדיג באַם עמוד מיט אַ ניגון און די ווערטער פון שיר הכבוד. ער איז געווען אַזוי פיל אַריינגעטאָן אין דעם, אַז ער האָט אַזוי אָפּגטאַנצט אַ גאַנצע נאַכט, און פאַרגעסן גאָר אַז מען דאַרף זיך אָפּפאַסטן.
הביאור בזה:
יו"כ זיינען דאָך אידן דומים למלאכים. איז בשעת מען גייט אַוועק פון יו"כ או מען גייט צוריק אַריין אין די טעג און מצות דחול — טוט ער דאָס און בשמחה — ווייל דאָס איז רצון הבורא. אָבער ביחד עם זה איז ער געשטאַנען מיט אַ געגועים צום מעמד פון יו"כ וסיומו שמע ישראל גו' ה' אחד, במצב פון נפשי אליך תערוג. און אין וואָס דריקט זיך דאָס אויס — לדעת כל רז סודיך.
די זעלבע זאַך איז — בשעת מען גייט אַוועק פון שמחתתורה, וואָס יעמאָלט איז דאָך יהיו לך לבדך ואין לזרים אתך, און מען גייט אַריין אין דער עבודה פון ויעקב הלך לדרכו, איז כאָטש אַז אַזוי איז דאָך דער רצון העליון טוט מען דאָס בשמחה ובטוב לבב — אָבער ביחד עם זה שטייט מען אין אַ געגועים,
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.