373

העולם, אזוי אַז די תלמידי הישיבה זיינען עולה מחיל אל חיל אין די אַלע ענינים פון קדושה (ווי זיי שטעלן זיך אויס אין אל"ף בי"ת), אָנהויבנדיק פון אל"ף וואָס איז כולל דער ענין האור (תורה אור) שנת אורה, ביז תי"ו — שנת תורה ותפלה ותשובה, ובפרט תשובה עילאה (ענין התורה), כנ"ל.

און נאָכמער: אפילו די ענינים (לשונות) בלתי רצויים וועלכע הויבן זיך אָן מיט אותיות פון אל"ף בי"ת — זיינען נאָר בלתי רצוי בחיצוניות ובקס"ד בעלמא, ואדרבה — בפנימיות אַנטהאַלטן די ווערטער און אותיות אַזאַ אור גדול וואָס קען ניט אַרויסקומען בגלוי אין דיבורים גלויים, ביז אַז מ'דאַרף אָנקומען — ווי דער סיפור אין גמרא52 — אַז רשב"י זאָל מגלה זיין אַז "הנך כולהו ברכתא נינהו", ואדרבה — ברכות הכי נעלות, חסדים סתומים53.

ועד"ז איז אויך דער ענין פון תלמידי הישיבה, מאן מלכי רבנן54, ובפרט — אַז זיי זיינען בדוגמת רשב"י (תורתו אומנתו), באַ וועמען ס'איז ניט געווען דער ענין הגלות (כנ"ל), ומעין זה הוא בתלמידי ישיבה — אַז זיי זיינען העכער פאַר ענין הגלות,

ובפרט (אין גלות עצמה —) דער מצב של "גלות" וואָס איז ביי אים געווען איידער ער איז אַריין אין ישיבה (בערך צו לאחרי וואָס ער איז אַריין אין ישיבה), מיט אַלע פירושים שבזה (כולל — גלות בענינים בלתי רצויים, וואָרום ער איז נאָך ניט אין אַ סביבה פון אַ ישיבה וואו מ'לערנט תורה בהתיישבות כו'), און דערנאָך אַריינגייענדיק אין ישיבה, ובפרט ישיבת תומכי תמימים, איז די ישיבה "תומך" יעדער איד'ן וועלכער ווערט אָנגערופן "תמים" (תמים במעשיו כו'), עאכו"כ אויב די תמימות איז ניט געשטאַנען אזוי בגלוי.

תלמידי הישיבה זיינען העכער פאַר ענין הגלות (בערך צו דעם גלות מחוץ להישיבה), מעין ובדוגמת רשב"י, און זיי האָבן אויך דעם כח (ע"ד ווי רשב"י) צו מגלה זיין די ברכות נעלות ביותר וואָס ליגן אין די ענינים וואָס זיינען דערוויילע בגלוי באופן אחר.

ועאכו"כ בשעת מ'שטייט שוין אין אַ דרגא פון תמימות — גיט מען זיי דעם כח צו עולה זיין אין תמימות עצמה מחיל אל חיל.

ח. ויהי רצון אַז באַ יעדערן זאָל זיין ילכו מחיל אל חיל — אָנהויבנדיק אין די לעצטע רגעים פון תשיעי בתשרי, און דערנאָך גלייך ובהוספה אין עשירי בתשרי — אין אַלע עניני קדושה וואָס זיינען נכלל אין די אותיות פון אל"ף בי"ת, און אויך

הערות

  1. 52. מו"ק ט, ב.
  2. 53. לקו"ת בחוקותי מח, ב.
  3. 54. ראה גיטין ס, ב.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.