359
פאַראַן דרגות אין קץ11), עאכו"כ אין חודש אלול עצמו — נאָך ח"י אלול, ועאכו"כ בימי הסליחות,
ובזה גופא — קומט צו נאָכמער שלימות בשבת סליחות, שבת מברכים תשרי — וועלכן דער אויבערשטער אַליין בענטשט [כתורת הבעש"ט הידועה, איבער געגעבן דורכן מגיד, וואָס ער האָט דאָס איבערגעגעבן דעם אַלטן רבי'ן, און פון דעם אַלטן רבי'ן איז דאָס אָנגעקומען דורך רבותינו נשיאינו — דער מיטעלער רבי, דער צמח צדק, דער רבי מהר"ש, דער רבי (מהורש"ב) נ"ע, ביז כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו וועלכער האָט דאָס מפרסם געווען12 צו אַלע אידן].
און לאחרי דער תשובה עילאה פון די אַלע טעג — קומט צו נאָך אַ העכערע דרגא בזה בראש השנה. ובפרט בשנה זו — וואָס ראש השנה חל להיות בשבת, וואָס שבת איז ענינה תשובה עילאה13,
און דערצו איז דאָס אַ יאָר וואָס קומט לאחרי דער הכנה פון שנת תשמ"ט ידיך, און פאַר דעם — שנת תשמח ותשמח, כמדובר כמה פעמים בארוכה.
וואָס דערפון אַלעם איז מובן, אַז תשובה תתאה האָט מען שוין פון לאַנג געטאָן, יוצא געווען, ובתכלית השלימות,
ובפרט לאחרי די אַלע ענינים וועלכע מ'איז דורכגעגאַנגען מעבר לים, ואין כאן המקום להזכיר עוד הפעם ענינים וואָס האָבן געקאָסט אַזויפיל לעבנס בפשטות, לעבנם פון צדיקים וטהורים, ה' ינקום דמם — איז זיכער אַז די עבודה בדורנו בכלל באַשטייט איצטער פון תשובה עילאה דוקא.
עאכו"כ נאָך דער עבודה פון תשובה עילאה במשך גאַנץ חודש אלול, און דערנאָך ראש השנה, און דערנאָך די עשרת ימי תשובה.
ולאחרי כל זה איז פאַרשטאַנדיק, אַז בשעת עס קומט ערב יוהכ"פ און יוהכ"פ — האַלט מען ביי גאָר אַ הויכע דרגא אין תשובה עילאה עצמה (העכער פאַר אַלע דרגות אין די זמנים שלפני זה).
ב. ובפשטות מיינט דאָס:
תשובה עילאה בכלל איז — די דביקות און התאחדות פון אַ אידן מיטן אויבערשטן14 — ישראל וקוב"ה כולא חד15. וואָס שלימות גילוי ענין זה איז ביוהכ"פ — "
הערות
- 11. ראה גם תניא פכ"ט (לו, ב).
- 12. "היום יום" כ"ה אלול.
- 13. אגה"ת ספ"י.
- 14. ראה ברכת ערב יוהכ"פ (לאחרי תפלת מנחה) תשמ"ז ס"א וס"ג (סה"ש תשמ"ז ח"א ע' 2, 4 ואילך). וש"נ.
- 15. ראה זח"ג עג, א.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.