352
צמחצדק — ווערט נתגלה משיח צדקנו, באופן פון "מראה באצבעו ואומר זה"89: אָט איז משיח ווי ער ווערט אָנגערופן "צמח", אָט איז משיח ווי ער וועט אָנגערופן "צדק", אָט איז משיח ווי ער ווערט אָנגערופן "יוסף יצחק" (דער נאָמען פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו), ועוד ועיקר — אָט איז משיח ווי ער ווערט אָנגערופן "דוד מלכא משיחא", צוזאַמען מיט משה רבינו — "גואל ראשון הוא גואל אחרון", צוזאַמען מיט ישראל הבעש"ט און אַלע רבותינו נשיאינו — ובאופן פון "מיד" (כנ"ל ס"ז), תיכף ומיד ממש.
ובפשטות — אַז "וילך" יעדער איד און אַלע אידן פון גלות אין גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו, למטה מעשרה טפחים,
און "וילך" אַלע אידן — "בנערינו ובזקנינו גו' בבנינו ובבנותינו"90 — תיכף ומיד — "ארו עם ענני שמיא"91 — אין ארץ הקודש, און מ'פּראַוועט דאָרט ראש השנה,
און דאָרטן גופא — אין ירושלים עיר הקודש, בהר הקודש, בבית המקדש השלישי והמשולש, "מקדש אד' כוננו ידיך", און דאָרטן גופא — אין קדש הקדשים, וואו עס געפינט זיך דער אבן השתי' שממנה הושתת העולם92
— דער אבן השתי' וועלכער שטייט גאַנץ ובגלוי אויך בזמן הזה בלי שינויים אין מקום קדש הקדשים בבית המקדש — וואָס דעריבער פאַרשטאַרקט דאָס די טענה און תביעה פון אידן אויף דער גאולה, טענה'נדיק אַז מ'זעט שוין איצטער בגלוי בעולם הזה התחתון דעם אבן השתי', וואָס זי איז דער יסוד פון גאַנץ עוה"ז אויך איצטער — וואָרום זי איז געבליבן גאַנץ אָן שינויים במקומה.
און צוזאַמען מיט דעם בית המקדש השלישי ווערט מקויים "ביום השלישי יקימנו ונחי' לפניו"93, חיים אמיתיים ונצחיים, אָנהויבנדיק פון חיים כפשוטם — אַ כתיבה וחתימה טובה לכל אחד ואחת מישראל, מיט חיים בפשטות — אַ גוף בריא און אַ נשמה בריאה, סיי בגשמיות סיי ברוחניות.
און תיכף ומיד ממש ווערט דאָס אַלץ איבערגעטראָגן אין ארץ הקודש, לירושלים עיר הקודש, להר הקודש, לבית המקדש השלישי, אין דער גאולה השלישית, וועלכע איז אויך כולל די גאולה העשירית, גאולה שאין אחרי' גלות94 (ווי
הערות
- 89. ל' חז"ל — שמו"ר ספכ"ג. וראה תענית בסופה.
- 90. בא י, ט.
- 91. דניאל ז, יג. סנהדרין צח, א.
- 92. יומא נד, ב.
- 93. הושע ו, ב. וראה במפרשים שם.
- 94. מכילתא בשלח טו, א. תוד"ה ה"ג ונאמר — פסחים קטז, ב.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.