348
און די נקודה טיילט זיך אויף דריי פרטים, און דוקא אין דעם סדר פון משה, ישראל הבעש"ט און דוד מלכא משיחא: דער כח אויף גאולה קומט פון משה גואל ראשון הוא גואל אחרון, און משה קיבל תורה מסיני ומסרה כו'55, וואָס דאָס איז כולל כל התורה כולה, כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש56, כולל — אויך דער גילוי פון פנימיות התורה באופן פון הפצת המעינות חוצה דורך דעם בעש"ט, וואָס דורך דעם איז "אתי מר" דוד מלכא משיחא.
ובפרטיות יותר: משה און דוד (מלכא משיחא) זיינען דער ראשון ואחרון — גואל ראשון הוא גואל אחרון, און צווישן זיי איז דער אות י' ר"ת ישראל (הבעש"ט), וואָס גייט אויף דער פּינטעלע איד (נקודת היהדות)57, ווי זי שטייט בגלוי ביז זי באַקומט אַ צורת אות (י'), ואדרבה: דוקא דער י' איז מחבר די צוויי אותיות מ' און ד' וועלכע האָבן אַ התפשטות שלא בערך מער ווי התפשטות הי' — וואָרום די פּינטעלע איד פאַרבינדט זיך מיט דעם אויבערשטן אַליין, און דעריבער שטייט אַ איד אין אַ מצב פון "נצב מלך" (כנ"ל) און "וילך", און דוקא ער האָט בכח צו ברענגען דעם גואל ראשון הוא גואל אחרון (משה און דוד מלכא משיחא).
און דער כח אויף מגלה זיין דעם י' (נקודת היהדות) — יחידה שבנפש (ניצוץ משיח שבכל א' מישראל58) ביז עצם הנפש — אין אַ אידן, איז געקומען במיוחד דורך ישראל הבעש"ט, ע"י גילוי תורת החסידות — וואָס דאָס גייט בכללות אויף גאַנץ תורת החסידות פון אַלע רבותינו נשיאינו (וואָס איז פאַרבונדן מיט משיח), ובמיוחד — שטייט דאָס בגלוי באַ דעם צ"צ, וועלכער איז כולל אַלע רבותינו נשיאינו, כנ"ל (ס"ו).
ח. די שייכות הנ"ל פון ערב ראש השנה מיט דער גאולה שטייט נאָכמער בהדגשה בערב ראש השנה בקביעות שנה זו — הן בימי השבוע, אַז דאָס קומט אויס ביום ראשון בשבוע, און הן בכללות השנה — שנת ה'תשנ"ב:
ווען ערב ראש השנה איז ביום ראשון בשבוע, קומט אויס אַז ער איז צווישן צוויי ימי סגולה — צווישן יום השבת קודש און ראש השנה. וע"פ הידוע אַז אַלע ענינים אין קדושה זיינען בדיוק, איז מובן אַז דער טאָג פון ערב ר"ה האָט בכח צו מחבר זיין די צוויי קצוות פון שבת און ראש השנה: שבת איז "מיקדשא וקיימא"59 מלמעלה, משא"כ ראש השנה ווערט נתקדש דורך אידן (ישראל דקדשינהו
הערות
- 55. אבות רפ"א.
- 56. ראה מגילה יט, ב. ירושלמי פאה פ"ב ה"ד. ועוד — נסמן בלקו"ש חי"ט ע' 252 בהערות.
- 57. ראה "היום יום" ח' אדר א'.
- 58. מאור עינים ס"פ פינחס.
- 59. ביצה יז, א.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.