318
(נתן ג' שטרות של דולר לכאו"א.)
אזוי ווי ס'איז גוט אז יעדער זאך זאל זיין געטאן מיט א מנין, זאלט איר מיט נעמען אייער ראש ישיבה אדער משפיע,
און דער עיקר: איר זאלט לערנען בהתמדה ובשקידה גדולה, און משפיע זיין בזה אויף די אלע וואס דארפן לערנען, און איר זאלט אויפשטורמען גאנץ ארה"ק בלימוד התורה סיי נגלה און סיי חסידות; מ'זאל הערן פון אייך בשו"ט. און דאס זאל אלץ זיין בהצלחה רבה, און די נסיעה זאל זיין כשורה.
איר זאלט אויסקלייבן איינעם פון אייך וואס זאל מודיע זיין אהער וועגן די ענינים וואס עס האט זיך דא גערעדט.
פארט געזונטערהייט.
איך* וועל אייך מאכן פאר שלוחי מצוה, ווען איר וועט קומען דארטן זאלט איר מאכן א התוועדות, אבער פאר דער התוועדות זאלט איר טיילן לצדקה פון די געלט וואס איך וועל אייך געבן, א טייל אויף צדקה און א טייל אויף די התוועדות,
נאך די צדקה זאל זיין א תפלה בציבור מיט די אנדערע תלמידים פון ישיבה, משפיעים, ר"י, און לערנען א ענין אין תורה, פארן דאווענען א ענין אין חסידות און נאכן דאווענען א ענין אין נגלה, און דערנאך מאכן א התוועדות,
— נתן לכאו"א מאה פראנק ואמר: פארנאנדערטיילן א טייל אויף צדקה און א טייל אויף דער התוועדות.
— לאחר חלוקת השטרות אמר: ווי געזאגט פריער געבן צדקה, דאווענען בציבור, לערנען א ענין אין חסידות פארן דאווענען, א ענין אין נגלה נאכ'ן דאווענען, און דערנאך בעטן ביי די משפיעים מאכן א התוועדות אין די כותלי הישיבה.
— לאחר זה לפני שנתן ג' דולארים לכאו"א אמר: מען מאכט דאך דארטען פארבריינגען'ס אין די ערי השדה זאל מען זיך פארנאנדער פרעגן וואו מען מאכט די פארבריינגענס אין ערי השדה מחוץ לפאריז, און אין פאריז גופא, און איר זאלט זיך משתתף זיין אין די התוועדות'ן, ניט אלע צוזאמען נאר מען זאל פארנאנדער
הערות
- *. מה שאמר כ"ק אדמו"ר שליט"א להת' שי' הנוסעים לתו"ת צרפת, לאחרי תפלת מנחה, יום ב' אח"ק, ג' אייר ה'תשל"ה.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.