316
ט"ו אלול*
ב"ה, כ' מרחשון, ה'תשל"א
ברוקלין, נ.י.
אל קהל עדת ישורון חובבי ומוקירי תורה ומצוה
ה' עליהם יחיו
שלום וברכה!
היינט, אין דעם יום הולדת פון כ"ק אדמו"ר הרש"ב נבג"מ זי"ע, דער מייסד פון תומכיתמימים אין ליובאַוויטש, וועלכע איז נאָך פיל וואַנדערונגען איבערגעפלאַנצט געוואָרן אין אַמעריקע דורך כ"ק מו"ח אדמו"ר נבג"מ זי"ע, קום איך מיט דער דאָזיגער ווענדונג.
הייאָר, שמחתתורה, איז געוואָרן 70 יאָר זינט דער שיחתקודש פון דעם מייסד הישיבה, וועלכע איז געזאָגט געוואָרן אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם דריטן יאָרטאָג פון דער גרינדונג פון ישיבת תומכיתמימים.
אין דער שיחה האָט דער רבי נ"ע פאָרויסגעזען אַ צייט פון חרפו עקבות משיחך — די וועלכע לעסטערן און שטופּן אָפּ די פוסטריט פון משיח צדקנו. ער האָט דאַן אויסגעדריקט די זיכערע האָפנונג, אַז די תלמידים "תמימים" וועלן דינען אַלס קעגןמיטל, און וועלן זיין די מסירתנפש'דיגע אנשיחיל, די תורהסאָלדאַטן, וועלכע וועלן פאַרטרייבן די פינצטערניש און מקרב זיין די גאולה.
אין אונזער דור זעען מיר באַשיינפערלעך, ווי די נצחיות'דיגע רייד פון דעם גרינדער פון ישיבת תומכיתמימים ווערן פאַרווירקלעכט. פון איין זייט זעען מיר אַ דור יוגנט וואָס איז נעבעך זייער צעטומלט, אינערלעך צעריסן און אויסערלעך אומגעצוימט און צעשטערעריש. אָבער פון דער אַנדער זייט זעען מיר די ישיבה יוגנט, ספּעציעל די תלמידים פון תומכיתמימים, אַלס מוסטערהאַפטע לעבעדיגע ביישפּילן ווי אידישע יוגנט דאַרף זיך פירן; די נרות להאיר — ליכט וועלכע לייכטן און באַלייכטן דעם אַרום, מיט דער ליכטיקייט פון נר מצוה ותורה אור, און מיט דעם מאור שבתורה, תורת החסידות. זיי באַרעכטיגען די גרויסע האָפונגען וואָס די מייסדי תומכיתמימים, נשיאינו רבותינו נבג"מ זי"ע האָבן אויף זיי געלעגט.
אין די קומענדיגע וואָכן ערב דער יערלעכער חגיגה פון מרכז הישיבות תומכיתמימים ליובאַוויטש, האָף איך און בין זיכער, אַז אנ"ש שי' בפרט און חובבי ותומכי תורה שי' בכלל וועלן זיך וואַרעם אָפּרופן אויפן רוף פון דער הנהלה, צו
הערות
- *. יום התייסדות ישיבת תומכי תמימים. המו"ל.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.