313

צייטען, צו לייגען תפילין, איז דאס ספעציעל נאך מער וויכטיג פאר אזא וועלכער געפינט זיך אין דער ארמיי, וואס דאס לייגען תפילין היט זיי אויס און בריינגט זיי סוף כל סוף אין דער באשטימטער צייט גאנץ געזונטערהייט אהיים.

דאס האבען מיר געהערט פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר, אין דער צייט פון דער לעצטער וועלט מלחמה, און אויך האבען מיר געזעהן במוחש — פעסט געשטעלטן פאקט — אז די אלע אידען וועלכע האבען אפגעהיט דאס לייגען תפילין זייענדיג אין דער ארמיי, זיינען געקומען גאנצערהייט געזונט אהיים.

עס טרעפט אז בא די מאניעוורעס אדער עקסערסייס, ווען עס איז ניט מעגליך צו באווייזען לייגען תפילין אין דער פרי, דארפמען וויסען אז מען קען דאס טאן — לייגען תפילין — אין פארלויף פון גאנצען טאג ביז זון אונטערגאנג, לכל הפחות אנטאן די תפילין און זאגען אין זיי קריאת שמע און דערנאך אויסטאן זיי — אויב עס איז ניט מעגליך א ליינגערע צייט, צו זאגען אויך די אנדערע תפלות — און די פאר מינוט קען מען געפינען אלע צייט זייענדיג אין דער ארמיי, אפילו אין דער צייט פון מאניעוורעס אדער עקסערסייס, און דאס גלייכען. און איך בין זיכער אז איר וועט געפינען די פאסענדע ווערטער ערקלערען דאס אויבען געזאגטע צו אייער זון שי', און השם יתברך וועט אים בריינגען אין דער באשטימטער צייט גאנץ געזונט אהיים צוריק. . .

(ממכתב ז' ניסן תשי"ב)

בצער רב ועמוק קבלתי הידיעה אשר ישנם איזה קושיים במסירת איחולים וברכה לכמה פלוגות מאחינו בני ישראל שי' המגינים על עם ישראל בארץ ישראל במסירת נפש, אף שאינני יודע בבירור הטעם לזה.

וכיון שאיני יודע הטעם ברור אין בידי להשיב עליו, כי אם לכתוב שורותי הבאות בכללות, ובהקדמה אשר אולי תהי' מוזרה בעיני כ', אבל כיון שמביעה היא רגשות לבבי תקותי חזקה שלא יקפיד על שלוקח אני מזמנו לקרוא גם ההקדמה, והיא:

מאמין אני באמונה שלמה, מיוסדת על מה שראיתי משך חיי כמה פעמים, ומה שאולי חשוב עוד יותר על מה ששמעתי מאחרים בעלי סמכא בזה, ובעיקר שהיא מיוסדת על המדובר בזה בהחלטיות ובפירוש בתורתנו תורת חיים (הוראה בחיים), אשר ברכה נאמנה ולבבית מאיש לרעהו יש לה תוקף ופועלת היא — פעמים במילואה ופעמים בחלקה, פעמים תיכף ופעמים לאחרי זמן; נוסף על הענין הפסיכולוגי שבזה, שמקרב את הלבבות, מעודד את הרוח וכולי וכולי.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.