298

ערקלערט אין מערערע ערטער אין אונזערע הייליקע ספרים, אז די השגחה איז אויף יעדערן באזונדער און אין אלע איינצעלהייטען וואס ער נויטיגט זיך, און די וועג און די כלים אויף צו באקומען די ברכה פון השם יתברך איז דאס די אמונה און אויפפירונג ווי אויבען געזאגט לויט די אנווייזונגען פון תורתנו הק' תורת חיים, ואין לך דבר העומד בפני הרצון.

און וואס אלץ שטארקער און טיפער ס'איז דער בטחון, אלץ מער און פריער קומט די ברכה.

מ'פרעגט אין אלגעמיין און בפרט אין מערערע זאכען, וואס דער מענטשלעכער שכלפארשטאנד קען זיי ניט באגרייפען, פארוואס האט דאס געשעהן אין דעם וועג און ניט אנדערש אבער דאס טאר ח"ו ניט אנרירען דעם פארבונד מיט השם יתברך און דעם בטחון אין עם = ברוך הוא =

לויטן סגנון פון אייער בריף, זייט איר זיכער פארבונדען מיט א שול און מיט רבנים, וכו' וועלען זיי אייך זיכער ערקלערן און באקענען הנ"ל מיט מער איינצעלהייטען, אבער דער עיקר איז די אמונה און די החלטה, אז וויבאלד השם יתברך איז דער עצם הטוב וועט סוף סוף קומען דאס גוטע און וועט קענען אנזאגען גוטע בשורות.

מ'האט געדארפט בודק זיין (אפּטשעקין) אייערע תפילין און יעדער וואכען טאג פארן אנטאן תפילין צו געבן א פּאר סענט אויף צדקה.

(ממכתב י"ט אייר תשכ"ה)

ע"פ סיום המכ' — בודאי תעשה כנ"ל, והשי"ת יצליחה:

תלמוד עד שתדע התוכן (לאו דוקא התיבות) של מזמור 23 בתהלים (אין נפק"מ באיזה לשון תלמד). תאמר מזמור הנ"ל ביום הש"ק, ב', ה'. בל"נ. בבוקר דימות החול וכן לפהדה"נ בעשויו"ט — תפריש סענט אחדים לצדקה, בל"נ.

לא תשים לב כלל — מכאן ולהבא — באם מי שהוא מדבר אודותה וכיו"ב, וגם לא תשאלם עד"ז כלל, כי (כאמור במזמור הנ"ל) ה' עמדה, ואף טוב וחסד ירדפוה — ובמילא, אין שליטה עלי', ח"ו, ממי שהוא כלל.

באם הרופא המשפחתי יתן פילן הרגעה וכיו"ב, תמלא הוראותיו.

אזכירה עה"צ להנ"ל ולכוח"ט.

לבעלה שי' — בדהתפוהמ"ז באם ל"נ ביב"ח האחרונים.

(ממכתב שנת תשכ"ח)

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.