ספרי כ"ק אדמו"רלקוטי שיחותכרך לטהוספות - ביאורים בלקוטי לוי"צ על אגה"תהוספה - ביאורים באגרת התשובה211

211

וביטול פון צבא השמים ונאמר שאו מרום (דוקא) עיניכם וראו גו'. שטעלט זיך דאָך די שאלה: וויבאַלד אַז נשמות ישראל — אפילו ווי זיי זיינען דאָ למטה — זיינען העכער פון צבא השמים און מלאכים, טאָ צוליב וואָס דאַרפן זיי אָנקומען צו מלאכים און צבא השמים?

ב) וויבאַלד אַז נשמות — אפילו ווי זיי זיינען למטה וכנ"ל — זיינען חלק הוי', פּנימיות החיות (העכער פון מלאכים וואָס נקראו בשם אלקים, חיצוניות החיות), איז ווי קומט עס אַז אין זיי זאָל זיין שייך אַ חטא?

ג) ווייטער אין דעם פּרק זאָגט ער "ולכן נקראו המלאכים בשם אלקים בכתוב. . לפי שיניקת חיותם היא מבחי' חיצוניות. . ושם אלקים הוא בחי' חיצוניות". שטעלט זיך די קשיא: עפּי"ז, האָבן דאָך נשמות געדאַרפט ווערן אָנגערופן בשם הוי', היות אַז זיי נעמען זיך פון פּנימיות החיות, שם הוי'. פאַרוואָס געפינט מען ניט אין ערגעץ אַז מען זאָל אָנרופן אידן הוי'?

אדרבה: פון דעם וואָס די גמרא (ב"ב עה, ב) זאָגט "עתידין צדיקים שנקראין על שמו של הקב"ה", וואָס דאָס מיינט כדפירש"י שם "שיהא שמם ה'", איז קענטיק אַז דוקא לעתיד וועלן זיי הייסן הוי', אָבער איצטער זיינען זיי ניט נקראין בשם הוי'. איז דאָך ניט מובן: וויבאַלד אַז אידן נעמען זיך פון שם הוי', דאַרפן זיי דאָך זיין נקרא בשם הוי' — אַזוי ווי מלאכים וואָס זיינען נקראין בשם אלקים — ווייל זיי נעמען זיך פון שם אלקים?

איז די אַלע קשיות באַוואָרנט דער אַלטער רבי מיט איין וואָרט — "למעלה". אַז דער "הפרש עצום מאד" — וואָס אַן ענין וועלכער איז "עצום (באיכות) מאד (בכמות)" זעט ער זיך בגילוי לעין כל — איז עס נאָר למעלה. משא"כ דער הפרש ווי ער איז דאָ למטה — וואָס אויך נשמות למטה זיינען בחי' פּנימיות החיות, כנ"ל — איז עס אַ הפרש, אָבער ניט קיין "הפרש עצום מאד", און במילא איז ער בהעלם.

און וויבאַלד אַז דאָ למטה איז דער "חלק הוי'" וואָס אין נשמות ניט בגלוי, קען מען זיי ניט אָנרופן בשם הוי', ווייל קריאה — רופן און אַרויסרופן — איז אויף אַ דבר שבגלוי דוקא. און דעריבער אויך דאַרפן זיי אָנקומען צו מלאכים און צבא השמים, און דערפאַר (שאינו בגלוי — הוא עד כ"כ) אַז אין זיי איז שייך אַ חטא.

און כאָטש אַז דאָ איז אים דאָך נוגע צו מבאר זיין דעם ענין פון נשמות ווי זיי זיינען למטה (וואָרום דוקא דאָ למטה איז פאַראַן ענין החטא והתשובה), פונדעסטוועגן רעדט ער דעם הפרש עצום מאד וואָס איז למעלה — ווייל דאָס איז נוגע אויך צום ענין הנשמות ווי זיי זיינען דאָ למטה: מצד דעם וואָס זייענדיק למעלה איז אין זיי מאיר דער שם הוי' בגילוי, קען אין זיי אויך דאָ למטה קומען פּעולות (עכ"פּ) גלויות וחיות גלוי פון שם הוי'.

סו. עפּ"י הנ"ל וועט מען אויך פאַרשטיין וואָס ער זאָגט דאָ "בין כל צבא השמים ואפילו המלאכים כו'", אַז די צבא השמים [אַזוי ווי שמש, ירח און

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.