183
געווען אַן ענין פון דיבור (וואָס ער האָט געזאָגט אויף ר"ע'ן "אם משמת חזר בו איני יודע"), און בנוגע צו דיבור האָט ער דאָך שוין די דוגמא פון ר' יהושע.
און וויבאַלד אַז דיבור איז בחי' ממוצע כנ"ל, איז ער בוחר אין די דוגמא פון ר' יהושע, וואָס ר' יהושע איז געווען אַ לוי.
ונוסף לזה: דער אַלטער רבי וויל דאָ ברענגען אַז אויך "על דבר קל היו מתענים כו'", קען ער דעריבער ניט ברענגען די דוגמא פון ר"ש'ען, ווייל ר"ש האָט געזאָגט "אם משמת כו'" אויף ר"ע'ן, וואָס ער איז געווען רבו של ר"ש, במילא איז עס ניט קיין "דבר קל". משא"כ ר' יהושע מיט ב"ש זיינען געווען חברים. (ויש לומר, שמטעם זה מוסיף בדוגמא הראשונה "על שלא קיים דברי חבריו" — דלכאורה מיותר — בכדי להדגיש שזהו דבר קל).
על שלא קיים דברי חבריו:
כח. בעת דער אַלטער רבי ברענגט די דוגמאות פון כמה תנאים ואמוראים אַז זיי האָבן געפאַסט "תעניות הרבה מאד" אויף אַ "דבר קל", ברענגט ער ביי יעדער דוגמא סיי די זאַך וואָס עס האָט פּאַסירט, צוליב וועלכע זיי האָבן געפאַסט — בכדי אַרויסצובריינגען אַז די תעניות זיינען געווען אויף אַ "דבר קל", סיי דעם ריבוי התעניות: ביי די ערשטע צוויי דוגמאות — "והושחרו שיניו מפּני הצומות", און ביי די דריטע דוגמא — "והתענה מ' צומות" — בכדי אַרויסצוברענגען אַז זיי האָבן געפאַסט "תעניות הרבה מאד" (וואָרום אויך מ' צומות — כאָטש ס'איז ניט אַזאַ גרויסער מספּר — איז "תעניות הרבה מאד" כדלהלן סעיף ל' ואילך), ששניהם נוגעים בענין הדוגמא.
ביי דער ערשטער דוגמא אָבער — ראב"ע שהי' מתיר כו' — איז נאָך דעם וואָס דער אַלטער רבי ברענגט אַראָפּ דעם גאַנצן ענין פון ירושלמי (שבת ספּ"ה), איז ער מוסיף: "על שלא קיים דברי חבריו". ולכאורה, ער זאָגט דאָך שוין פריער "שהי' מתיר כו' וחכמים אוסרים כו' ולא מיחה בה", פאַרשטייט מען דאָך שוין אַז דאָס וואָס "הושחרו שיניו מפּני הצומות" איז צוליב דעם וואָס לא קיים דברי חבריו, טאָ צוליב וואָס דאַרף עס דער אַלטער רבי אויסטייטשן בפירוש?
און אויב דער אַלטער רבי געפינט יע פאַר נויטיק אויסצוטיישטן בפירוש אַז זיינע צומות זיינען געווען צוליב די זאַך וואָס ער האָט געזאָגט פריער, האָט ער דאָך אויך ביי די צווייטע און דריטע דוגמא געדאַרפט אויספירן "על שאמר בושני מדבריכם" און "על שנתהפּכה לו רצועה של תפילין"?
איז דער ביאור אין דעם: ווי מען לערנט דעם סיפּור אין פּשטות, מיינט עס, אַז ראב"ע האָט געפאַסט צוליב דעם וואָס ער האָט ניט מוחה געווען (מי שיש בידו למחות כו', ערבות, די מצוה פון הוכח תוכיח וכו'. ועיין ל' הבבלי והירושלמי והמפרשים בזה). טוט אויף דער אַלטער רבי אַ חידוש אַז זיין פאַסטן איז געווען ניט "על שלא מיחה" וכו' נאָר "על שלא קיים דברי חבריו". ויש להאריך בביאור הענין וישוב הלשון בהנ"ל עפּ"ז. ואכ"מ.
מצוטט ב־1 עמודים
- משולחן הארי שם סכ"ט לקוטי שיחות חל"ט ע' 183
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.