167
ענינים פון טומאה, נאָר בלויז זייטיקע תנאים וועלכע מען דאַרף האָבן צו טבילה5), נאָר דער ענין פון "שרץ בידו" איז אַז ער האַלט זיך אָן און איז זיך מתחבר צו טומאה; און וויבאַלד אַז ער האַלט זיך אָן אין טומאה, איז דאָך ניט שייך אַז בשעת מעשה זאָל זיין הפכה [— טבילה] — עזיבת הטומאה — נטהר ווערן מטומאה.
די זעלבע זאַך איז בנוגע צו "המתודה בדברים ולא גמר בלבו לעזוב". דער "לא גמר בלבו לעזוב" איז ניט קיין זייטיקע זאַך (כסברת האחרונים, אַז די מצות התשובה איז דער וידוי, און דער עזיבת החטא איז בלויז אַ זייטיקע זאַך, אַ הקדמה לזה, וואָס בעת ער וויל טאָן תשובה איז דאָ די מצות הוידוי), נאָר אדרבה: עיקר מצות התשובה און טהרה מטומאת החטא6 איז דער גמר בלב לעזוב את החטא — השלכת השרץ, נאָר צו דעם, דאַרף מען האָבן אויך וידוי — טבילה.
יו"ד. מען דאַרף אָבער פאַרשטיין: הן אמת אַז פון רמב"ם איז טאַקע מוכח אַז אויך תשובה — עזיבת החטא — איז אַ מצוה, וואָס איז אָבער נוגע דעם אַלטן רבי'ן אין אגרת התשובה צו מדגיש זיין אַז עזיבת החטא איז אַ מצוה: אין אגה"ת איז ער מבאר דעם ענין פון תשובה, האָט ער געדאַרפט שרייבן "ענין התשובה" אָדער "מהות התשובה" אָדער תשובה סתם. וואָס איז דאָ נוגע צו מדגיש זיין אַז ס'איז אַ מצוה?
וועט מען עס פאַרשטיין בהקדים הביאור פון דעם וואָס דער רמב"ם ציילט ניט "עזיבת החטא" אין מנין המצות — ער ציילט בלויז מצות הוידוי (מ"ע עג), כאָטש אַז אויך לדעתו איז "עזיבת החטא" במצות התשובה כנ"ל בארוכה.
וואָס אין דעם קען מען זאָגן צוויי הסברים:
א) עזיבת החטא (די קבלה על להבא ער זאָל מער ניט זינדיקן) איז פון די ציוויים כוללים וועלכע נעמען אַרום אַלע מצות, און די ציוויים כוללים ציילט ניט דער רמב"ם אין מנין המצות (כמבואר בסהמ"צ שרש ד'). און אעפ"י אַז אויך די ציוויים כוללים, אין פאַל וואו אין זיי איז פאַראַן אַ חידוש מיוחד, ווערן זיי יע געציילט אין מנין המצות [וכלשון הרמב"ם בשרש ד', אַז דער טעם פון דעם וואָס ער ציילט ניט די ציוויים כוללים איז "כי לא צוה לעשות דבר זולת מה שידענו"], פונדעסטוועגן, ציילט ער ניט "עזיבת החטא" במנין המצות, ווייל ענינה איז — די קבלה און גמר בלב אַז ער זאָל מער ניט זינדיקן, און דאָס ווערט שוין נכלל אין קבלת עול מלכות שמים (מצוה ב') און אין "להאמין יראתו. . ולא נהי' ככופרים
הערות
- 5. דנוסף על שדבר החוצץ אינו ענין של טומאה (כמו שרץ), גם לענין הטבילה הוא רק תנאי צדדי, שהרי כשדבר החוצץ חופה רק את מיעוטו — ואפילו כשחופה את רובו באם אינו מקפיד עליו — עלתה לו טבילה מן התורה (רמב"ם הל' מקואות פ"א הי"ב) — אף שכשטבל כולו חוץ מראש אצבעו הקטנה, הוא בטומאתו מן התורה (שם ה"ב). דמזה מוכח שאף שיש חציצה — ה"ז טובל כולו. ומה שלא עלתה לו טבילה ברובו ומקפיד, הוא תנאי צדדי.
- 6. ראה רמב"ם סוף הלכות מקואות.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.