229
און מ'זעט דאָך בעשיינפערליך, אַז אַרבעט לויט אַ פּראָגראַם פון פריער צוגעגרייט, האָט מער הצלחה, סיי אין פאַרנעם און סיי אין פאַרטיפונג פון דער אַרבעט.
קומענדיג פון ראש חדש תמוז און געפינענדיג זיך געציילטע טעג פאַר דעם חג הגאולה — באַפרייאונגס יום טוב — פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע נשיא דורנו, י"בי"ג תמוז הבע"ל, וועט דאָס זיכער צוגעבען אין דער וואַרימקייט און איבערגעגעבענהייט צו דער אַרבעט, און דאָס וועט נאָך מער צוגעבען אין דער הצלחה און אויך אין דעם אויבערשטנ'ס ברכות אין די פּערזענליכע ענינים פון די חברות מיט זייערע משפחות — שליט"א.
און השם יתברך זאָל העלפען עס זאָל זיין, לויט דער אָנווייזונג פון דער באַוואוסטער תורה פון מורנו הבעל שם טוב ז"ל, אויף דעם פסוק: כי תראה חמור, — געמיינט, צוקוקען זיך צו די איינגענשאַפטען פון דעם חמור, חומר — דעם גוף — און קומען צום באַשלוס, אַז — עזוב תעזוב עמו — דינען השם יתברך מיטן גוף און זיינע ענינים צוזאַמען.
און ווי ערקלערט אויספירליך אין מערערע ערטער בתורת חסידות חב"ד, פון כ"ק רבנו הזקן ביז כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא דורנו, דאַרף דאָס געטאָן ווערען, בשמחה ובטוב לבב — מיט פרייד און גוטע שטימונג.
מיטן וואונש פון הצלחה אין דעם אַלעם אויבענגעזאָגטן, און אין ערוואַרטונג פון גוטע בשורות אין דעם, ובברכת חג הגאולה.
ב"ה ערב ש"ק, ט"ז תמוז ה'תשח"י, ברוקלין נ.י.
לבני ישראל אשר ב"גן ישראל" ובראשם המדריכים, ההנהלה וכל המתעסקים שליט"א.
שלום וברכה!
תהי ביאתם לגן-ישראל בשעה טובה ומוצלחת, ולהמשיך ההצלחה והברכה בכל עניני גן-ישראל הגשמיים והרוחניים. וגן ישראל יתאים לשמו להעמיד אילנות טובים נושאים פירות טובות, ויקוים בהם הכתוב יבא דודי (זה הקב"ה) לגנו — דירה לו ית', על ידי לימוד וקיום תורתנו ומצותי' מוארים באור וחיות חסידותיים.
והתחלת "גן ישראל" בשנה זו ביום הבהיר יום גאולת נשיאנו ראש ישראל,
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.