188
יאוש און אָפּמאַכען באַ זיך אַז די תשובה איז ניט קיין אמת'ע, קומט דאָס פון עצת היצר הרע, וועלכער וויל איבערגעוועלטיקען אַ אידן, אויף וואָס פאַר [אַ] אופן ער קען נאָר.
איר דאַרפט אָפּהיטן די דריי באַוואוסטע שיעורים פון תקנת כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, וואָס דאָס זיינען אַ שיעור תהלים — ווי דער תהלים איז פאַנאַנדערגעטיילט אויף די טעג פון חדש — יעדען טאָג נאָכן דאַוונען אין דער פריה, לערנען יעדען טאָג אַ פרשה חומש מיט פירוש רש"י, פון דער סדרה פון דער וואָך, און אַ שיעור תניא — ווי דער תניא איז צוטיילט אויף די טעג פון יאָר — און געבען יעדען טאָג — זעלבסטפאַרשטענדליך אויסער שבת און יום טוב — פאַרן דאַוונען אַ פרוטה אויף צדקה, און דאָס אַלעס וועט געבען כח דעם יצר טוב צו מתגבר זיין זיך אויף דעם יצר הרע.
און ווען מען טראַכט וועגען דער פרוי, דאַרפמען שטענדיג געדיינקען אַז גאַנץ כנסת ישראל און יעדער איד בפרט ווערט אָנגערופען אשה צו מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, און ווען מען בעט באַ השי"ת אַז ער — ברוך הוא — זאָל זיך אויפפירען מיט כנסת ישראל, וועלכע ער רופט זי רעייתי, צו ערפילען זייערע האַרץ פאַרלאַנגען צום גוטען, איז דאָך באַוואוסט אַז אתערותא דלעילא קומט דורך אתערותא דלתתא, דאַרף מען זיך אויך אַזוי אויפפירען מיט דער אייגענער פרוי, און ווי די גמרא זאָגט אַז מכבדה יותר מגופו, און בפרט אַריינטראַכטענדיק זיך אַז מיר שטייען באַ דעם סוף פון גלות און עס איז נאָהענט די גאולה שלימה בב"א וואָס דענסטמאָל וועט זיין נקבה תסובב גבר, איז דאָס אַליין בריינגט אַ געפיל פון כבוד און זהירות בנוגע צו דער פרוי, און קוקען אויף איר אַלס אַ טאָכטער פון אברהם יצחק ויעקב, אויך ווען זי האָט אפילו אַ חסרון, איז פילע מאָל איז דאָס גאָר דער חסרון פון דעם מאַנס אויפפירונג וואָס זי ווערט אַ אשת לסטים, אָבער קען אויך זיין אַ אשת חבר כחבר.
איר דאַרפט בודק זיין די מזוזות אין אייער הויז, אַז זיי זאָלן זיין אַלע כשר'ה, און אויך איבערזעהען די תפילין, און געוויס זייט איר בודק די ציצית אַלע טאָג פון דעם טלית גדול און אויך פון דעם טלית קטן ווי דער דין ומנהג איז, און איר דאַרפט אויך שלאָפען אין אַ טלית קטן, וואָס די אַלע זאַכען צוזאַמען מיט די אויבען געזאָגטע, בריינגט צו יראת שמים און שלום בית, און איך ערוואַרט צו הערען פון אייך גוטע בשורות אין דאָס אַלעס אויבען דערמאָנטע.
בייגעלייגט איז די רשימה וועלכע איז אַרויסגעגעבען געוואָרען צו די ימי הגאולה והסגולה י"ב וי"ג תמוז, און זיכער וועט איר מיט דעם אויך מזכה זיין את הרבים און אויך איבערגעבען דעם אינהאַלט פון דער רשימה צו אייער פרוי תחי'.
(ממכתב כ"א תמוז תשי"ב)
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.