182

אינזעל מענש — האָט קיין אַהנונג פון דער אמת'ר כוונה פון דער אַפּעראַציע, והנמשל מובן.

(ממכתב ד' אייר תשכ"ו)

... אין ענטפער אויף אייער פראַגע, אַז ס'איז ניט פאַרשטענדליך דאָס וואָס עס האָט פּאַסירט לעצטענס אין אייער משפחה א.אַ.וו.

ווי שוין גערעט באַ אייניגע געלעגענהייטען, איז גאָר קיין וואונדער ניט, אויב אַ מענש פאַרשטייט ניט די פירונג פון השם יתברך, אין געגענטייל עס וואָלט געווען אַ וואונדער און גאָר אַ גרויסער, אויב מען וואָלט יע פאַרשטאַנען, און ווי באַוואוסט דער משל אין דעם, אַז אַ קינד וועלכער גייט נאָך אין קינדער גאָרטען, זאָל באַגרייפען און באַנעמען די טעמים פון די לאַנד געזעצען לויט וועלכע עס פירט זיך די לאַנד, און די אורטיילען וועלכע ווערען אַרויסגעגעבען פון העכסטען לאַנד געריכט (טריבונאַל) וכו'. אפילו ווען דער קינד זאָל זיין אַ וואונדער קינד, האָט נאָך ניט פּאַסירט אין דער היסטאָריע אַזאַ זאַך, חאָטש די איצטיגע פירער פון לאַנד און די העכסטע ריכטער פון לאַנד, זיינען אויך געווען זיינער צייט אין דעם עלטער פון קינד, פון קינדער גאָרטען, און דער קינד וועט מיט דער צייט פילייכט גרייכן און שטייגען אין וויסענשאַפט און פּראַקטיק מער פון די איצטיקע עלטערע. טאָ ווי קען מען דאָס פאַרגלייכען ווען עס רעט זיך וועגען אַ מענשן, מיט השם יתברך, אַז זיין שכל זאָל באַגרייפען און באַנעמען די פירונג פון דעם העכסטן געריכט איבער אַלעס און אַלעמען, דער באַשעפער פון דער וועלט. און האָפענטליך אַז ס'איז ניט נויטיג צוצוגעבן נאָך צו דעם אויבען געשריבענע.

ס'איז נאָר דאָ אייניגע זאַכען וואָס השם יתברך האָט געוואָלט און האָט אַנטפּלעקט, און אַזוי אויסגעשטעלט, אַז אויך דער מענשליכער שכל זאָל באַנעמען און באַגרייפען זיין פירונג.

נאָך איז דאָ צוצוגעבען, אַז אַלץ וואָס מער מען פאַרלאָזט זיך אויף דער ריינער אמונה און בטחון אין השם יתברך, אַלץ מער זעהט זיך אן און מען פאַרשטייט מיט שכל די פּאַסירונגען אין וועלט בכלל און אין אינדיווידועלען לעבן בפרט.

און השם יתברך זאָל אייך בענשן אין דעם אַלץ וואָס איר נויטיגט זיך, און פון די הויפּט זאַכען, אמת'ע מנוחת הנפש (אינערליכע רוהיגקייט און האַרמאָניע) און זאָל זיך איינאָרדנען אין לעבען, ווי גוט ס'איז פאַר אייך אין אַלע הינזיכטען, ביז אין

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.