181
אייגענטליך איז דאָס אויבען געשריבענע פאַרשטענדליך, אַז ווי קען אַ מענש, וועלכער איז באַגרעניצט אין שכל, און באַגרעניצט (געמיינט ניט פאָלקאָם אויס שעפענד) אין וויסען פאָלקאָם די פּאַסירונגען (געמיינט אַז ניט אַלע איינצעלהייטען זיינען עם באַוואוסט, און זיכער ניט דעם אויסגאַנג אין דעם אונמיטעלבאַרען צוקונפט אין די לעצטע יאָרען) איז ווי קען ער באַנעמען און פאַרשטיין דעם שכל כביכול פון הקב"ה.
און ווי באַוואוסט דער פאַרגלייך אויף דעם, אַז אַ קליין קינד זאל באַגרייפען און באַנעמען די אויפפירונג און טהאַטען פון זקן וחכם בעל מדות גדולות, וואָס דער אונטערשייד צווישען זיי, איז דאָך בערך'דיקער, והראי' אַז דער חכם גדול איז דאָך געווען אין די זעלבע יאָרען ווי דער קינד, און מיט דעם זעלבן שכל, און דער קינד האָט דאָך די מעגליכקייט און האָפענונג, אַז מיט דער צייט, וועט ער אויך זיין אַ חכם גדול און אפשר נאָך גרעסער פון עם, וואָס בנוגע צו אַ מענשן און דעם בורא ית', איז דאָך ניט קיין פאַרגלייך,
און אדרבה, אין דעם טייל וואָס מען פאַרשטייט יע, און מען באַגרייפט, אין דעם איז דאָ דער נייעס און וואונדער.
וואָס דעריבער דאַנקט מען השם יתברך אויף דעם, וואָס ער גיט און שיינקט דעת — חונן הדעת —
און לויט געדיינקענדיג אונזער באַגעגעניש, בין איך זיכער אַז ס'איז ניט נויטיג צו מאריך זיין אין דעם אויבען געשריבענע.
באַ דער געלעגענהייט ערלויב איך מיר צו ביילייגען דעם העתק פון מיין מכתב כללי צו דעם פסח, וואָס האָפענטליך וועט איר האָבען אַ אינטערעס אין זיין אינהאַלט.
בכבוד ובברכה.
לאָמיר זיך פאָרשטעלען, אַ מענשן אַ גוט פאַרשטענדליך און מיט גוטע עטישע חושים און שכל, און די פראַגען וועלכע ווערען ערוועקט באַ עם, אָבער ער איז אויפגעהאָדעוועט געוואָרען אויף אַ אינזעל, און האָט קיין אַהנונג אין מעדיצינישע היילונג דורך אַפּעראַצייעס, און פּלוצלונג איז ער אַדורך אין האָספּיטאָל, אַריין אין אַפּערציאַנס צימער, און זעהט ליגן אַ מענשן אויף אַ טיש צוגעבונדן מיט שטריק. (ווי מ'האָט דאָס געטאָן בעפאָר מ'האָט אויסגעפונען דעם איינשלעפערונג מיטעל) און אַרום עם שטייען עטליכע מענשן מיט מעסערס מיט פאַרשידענע אינסטרומענטען, און מען שניידט דעם מענשן אויפן טיש, און דער מענש שרייט מיט באַנומענע קולות, איז דער אינזעל מענש ווען ער זעהט דאָס, מאַכט ער אַ געוואַלד, און פרעגט ווי ערלויבט מען זיך דאָס צו שניידען אַ מענשן און ניט לייגן קיין אַכט אויף זיינע באַנומענע קולות, איז דאָך דאָס וויילע ער — דער
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.