180

תקליטים בתוכן מתאים וגם ניגון מתאים רצוים וכו'.

ובכלל — למה להתחיל תיכף בכל הנ"ל ואמחז"ל תפסת מרובה לא תפסת.

אזכיר עה"צ.

(ממענה שנת תשל"ד?)

... אין אייער פראַגע, פאַרוואָס צווישען די קינדער פון פב"ב, איז געבליבען לעבען, גראַדע דער ווייניגער ירא שמים, און די יראי שמים זיינען אומגעקומען על קדוש השם. — בכלל אויף אַזעלכע שאלות, שטייט געשריבן, בהדי כבשי דרחמנא למה לך, און איינע פון די ערקלערונגען וועלכע זיינען פאַראַן אין ספרים אויף ענליכע פאַלען, איז, אַז די נשמה דאַרף נאָך תשובה טאָן אויף געוויסע ניט איינגענאַמע זאַכען, אָדער צו איר גורל איז צוגעטיילט געוואָרען צו אָפּטאָן אַ טובה צו פלוני אָדער לפב"ב, און דעריבער האַלט מען זי אין גוף בזכות פב"פ אויב אפילו ניט בזכות עצמו, און חאָטש די נשמה האָט נאָך ניט תשובה געטאָן ביז איצטער, איז דענסטמאָל איז דאָס כמאמר רז"ל מאריך אף וגבי דילי' אָבער בתקוה אַז לא ידח ממנו נדח וישוב בתשובה ושב ורפא לו...

(ממכתב ג' ניסן תשט"ז)

נאָך אַ ליינגערן איבעריס באַשטעטיג איך די ערהאַלטונג פון אייער בריף פון אסרו חג הפסח, אין וועלכען איר פרעגט וועגען די סיבות פון די געשעהנישן אין די לעצטע יאָרען.

ובכלל האָבען מיר אַ אַלגעמיינע אָנווייזונג אין אונזער תורה וועלכעס ווערט אָנגערופען, תורת חיים, וואָס דער מיין אין דעם איז ווי דער פשוט'ר אָפּטייטש, תורת חיים, אַ תורה וועלכע גיט אָנווייזונגען אין דעם טאָג טעגליכען לעבען, און בפרט אין אַלגעמיינע פּאַסירונגען, תמים תהי' עם ה' אלקיך,

פאַרלאָזענדיק אויף השם יתברך, אַז געוויס איז פראַן אַ ריכטיגע ערקלערונג אויף יעדער זאַך וואָס פּאַסירט אין וועלט, און בפרט בנוגע צו ישראל עם קרובו, וואָס השם יתברך רופט זיי אָן מערערע מאָל אין זיין תורה, בנים אתם לה' אלקיכם.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.