156
וויבאַלד השי"ת פאָדערט דאָס, גיט ער ברוך הוא אויך די מעגליכקייט און די כחות אויף צו בריינגען דאָס אין טאָג טעגליכען לעבען.
השם יתברך זאָל אייך העלפען אַז איר זאָלט איינשטעלען אייער הויז און פירן זי ווי אויבען געזאָגט, און זאָלט האָבען אַ פרייליכען יום טוב שבועות און דערנאָך אויך אין פאַרלויף פון גאַנצען יאָר אין אַ לעבען פון תורה ומצות.
(ממכתב כ"ו אייר תשי"ב)
... בודאי ידוע לו מספור רז"ל אשר לזמן מתן תורה הנה כל ישראל נעשו בריאים ושלמים, ומובא בשם כתבי האריז"ל (הוא בספר לב דוד להחיד"א), עה"פ והימים האלה נזכרים ונעשים שכשהענינים נזכרים כדבעי הרי הם נעשים, היינו שממשיכים כל הענינים וההשפעות דימים האלו, ואיחולי בזה לכת"ר שי' אשר בימי הגבלה והכנה למ"ת הנה יצליח דבר ההכנה כדבעי ובודאי יומשך לו עי"ז שיהי' בריא ושלם ולקבלת התורה — בנוסח ברכת כ"ק מו"ח אדמו"ר — בשמחה ובפנימיות.
בברכת חג שמח.
(ממכתב ג' סיון תשי"ב)
... הוו"ח ר'. . שי' האָט מיר איבערגעגעבען, אַז איר און אייער פרוי שיחיו פילן ניט אַזוי גוט.
איר ביידע דאַרפט זיין בטוח אַז איר וועט אָנהויבען פילען בעסער, און בפרט אַז מיר דערנעהנטערן זיך צום יום טוב שבועות, דער זמן פון מתן תורתנו, וואָס אין מדרש ווערט געבראַכט, אַז דענסטמאָל באַ מתן תורה זיינען אַלע אידען געוואָרען געזונט, וואָס דאָס איז נאָך אַ באַווייז אויף דעם וואָס ווערט געזאָגט אין תורת הבעל שם טוב, אַז השי"ת וויל אַז מען זאָל עם דינען אויך מיט דעם גוף, און ניט דורך מאַטערען דעם גוף, נאָר מען זאָל דינען השי"ת מיט שמחה און גוטען געזונט און זיין איבערגעגעבען צו קיום התורה והמצות, און השם יתברך זאָל אייך העלפען צו מקבל זיין די תורה בשמחה ובפנימיות מתוך בבריאת הנכונה.
(ממכתב כ' אייר תשי"ב)
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.