155

בעקבותיהן בדרך התורה והמצוה, לכבוד ולתפארת בית הספר שלהן ומוריהן והוריהן שיחיו.

בברכה להצלחה מרובה ולבשורות טובות,

(ממכתב אסרו חה"ש תשכ"ז)

זיינער צייט האָב איך ערהאַלטען אייער בריף אין וועלכען איר שרייבט אַז איר זייט געוואָרן די כלה פון האברך הוו"ח אי"א מו"ה. . און בעט אַ ברכה אַז עס זאָל זיין בשעה טובה ומוצלחת. איר שרייבט אויך אַז איר זייט ניט פון אַ חסידישער משפחה און ווייסט ניט פיל פון די זאַכען וואָס איר דאַרפט וויסען, אָבער איר וועט פאַרזוכען צו לערנען דאָס ווי מעגליך פריער דורך אייערע יעצטיגע געוואָרענע קרובים. . שיחיו:

עס האָט מיך געפרייט צו לייענען אַלעס וואָס איר שרייבט אין אייער בריף, און בענטש אייך און אייער חתן שיחיו אַז איר זאָלט באַשטימען די חתונה אויף אַ גוטער שעה, און זי זאָל זיין אין אַ גוטער גליקליכער שעה און בויען אַ הויז בישראל אויף די יסודות פון תורה ומצות, ווי עס איז ערקלערט געוואָרען אין תורת החסידות, בדרכי החסידות ומנהגי החסידות.

דאָס וואָס איר שרייבט, אַז איר זייט ניט פון אַ חסידישער משפחה, דאַרפט איר זיך פאַר דעם ניט שרעקען, וואָרום לויט דעם אויסשפּראַך פון רבינו הזקן בעל התניא, איז חסידות אַ זאַך פאַר כלל ישראל, און עס איז געשריבען און איבערגעגעבען געוואָרען אין אַזאַ אופן, אַז יעדער איד מאַן און פרוי זאָלען גרייכען צו דעם, און קענען פירען זיך אין טאָג טעגליכען לעבען לויט די אָנווייזונגען פון תורת החסידות, מען דאַרף נאָר וועלען, און דענסטמאָל ווייזט השי"ת די וועגען און גיט אויך די מעגליכקייט אויף צו פאַרווירקליכען דאָס אין לעבען.

זיכער ווייסט איר אַז באַ מתן תורה, וואָס מיר גייען פייערן די נאָהענסטע טעג, ווערט דערציילט אין מדרש, אַז השי"ת האָט געזאָגט צו משה רבינו, אַז פריער זאָל ער דערציילען וועגען דעם צו די פרויען. דאָס איז אַ לעהרע אויף פילע ענינים באַ אידען, ובפרט — אַז ווען מען גייט בויען אַ הויז, סיי אַ אינדיווידועלע אָדער אַ כללית'דיקע, ליגט אַ עיקר אחריות אויף די פרויען, וואָס זיי זיינען די עקרת הבית, דער עיקר פון דער הויז און ווי מ'זעהט דאָס בעשיינפערליך פאַקטיש, אַז די פירונג פון דער הויז און ווער רעט די ערציהונג פון זין און טעכטער און אפילו די הנהגה פון דעם מאַן, היינגט אָפּ אָן דער פרוי, במילא דאַרף די פרוי וויסען די פאַראַנטוואָרטליכקייט וועלכע ליגט אויף איר, און זי קען אויך זיין זיכער אַז

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.