152
איך געדיינק נאָך אייערע וואַרימע ווערטער, ווען מיר האָבן זיך באַגעגענט אַ קורצע צייט נאָך דער הסתלקות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע וועגען די מוסדות פון מיין שווער כ"ק אדמו"ר, און בין זיכער אַז אויך אויף ווייטער וועט איר פאָרטזעצען אייער גוטע אַרבעט פאַר די אַלע מוסדות פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע און אויך ווירקען אויף אייערע באַקאַנטע און פריינט צוציען זיי צו דער אַרבעט, און דאָס גופא — ווי עס ווערט געבראַכט אין ספרים — וועט מיטבריינגען הצלחה אין אייערע פּריוואַטע ענינים.
וועגען אייער פראַגע, און פאָרשלאַג אויף איבער בויען נאָך אַ פּאָר רומס אין דעם זעלבען בנין פון דער ישיבה, וויילע דער יעצטיגער פּלאַץ איז צו איינג און קאָן ניט אַרייננעמען די אַלע תלמידים וועלכע ווילן אָנקומען אין דער ישיבה נאָר עס דאַרף קאָסטן עטליכע טויזענד דאָללאַר און אייניגע מעמבערס צווייפלען צי מען זאָל דאָס טאָן.
אָפּזאָגען קינדער וועלכע ווילן אַריינגיין [אין] ישיבה לערנען, איז אויסער דעם וואָס דאָס אן און פאַר זיך טאָר מען ניט, וועט דאָס אויך בריינגען ח"ו שאָדן דעם גוטען נאָמען פון דער ישיבה, און במילא אויך אַ היזק אין דער הכנסה פון דער ישיבה, און לויט ווי איר שטעלט פאָר דעם מצב, אַז עס איז קיין אַנדער ברירה ניטאָ, נאָר איבער בויען די רומס פון דעם יעצטיגן בנין פון דער ישיבה, איז זיכער אַז אויך די אַנדערע מעמבערס וועלן מסכים זיין צו דעם, און השם יתברך זאָל געבן עס זאָל זיין בהצלחה.
מיר שטייען יעצט נאָהענט צו די שבועות טעג, דער זמן פון מתן תורה, ווערט געבראַכט אין מדרש, אַז פאַר מתן תורה האָט דער אויבערשטער געבעטן ערבות — גאַראַנטיעס — און האָט ניט אָנגענומען פאַר גענוג די ערבות פון די אבות הקדושים און אויך ניט פון די רועי ישראל, ביז די אידן האָבן געזאָגט אַז זייערע קינדער וועלן זיין די ערבים, אַז מען וועט זיי לערנען תורה און מחנך זיין אין יהדות, און ערשט דענסטמאָל האָט השי"ת מסכים געווען צו געבן די תורה הקדושה. און דאָס דאַרף זיין אַ מוסר השכל פאַר אונז אַלעמען, אַז איינע פון די הכנות צו מקבל זיין די תורה, איז דאָס אַ פאַרשטאַרקטע אַרבעט אין דעם חינוך פון אידישע קינדער.
איך בעט איבערגעבן מיין גרוס ברכה צו אַלע מלמדים פון דער ישיבה און אַלע אַרויסהעלפער פון דער ישיבה מאטעריעל און גייסטיג, וביחוד להרה"ג והרה"ח הוו"ח אי"א נו"מ עוסק בצ"צ באמונה וכו' וכו'. . . יחיו.
בברכת קבלת התורה בשמחה ובפנימיות.
(ממכתב כ"ה אייר תשי"א)
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.