151
נותן התורה הערבות דהתישים, כי אם דוקא ערבות הגדיים, וק"ל. וידוע פירוש האריז"ל עה"כ והימים האלה נזכרים ונעשים, שכשהם נזכרים הרי נעשים ובאים בפועל כל הענינים שבפעם הראשונה. ויה"ר שנזכה לבשו"ט בכל האמור.
בכבוד ובברכה בלשון הרב, הוא כ"ק מו"ח אדמו"ר, לקבלת התורה בשמחה ובפנימיות
(ממכתב ג' סיון תשט"ז)
נאָך דעם ווי מיר האָבן זיך געטראָפן אין בית המדרש, האָב איך ניט געהאַט די מעגליכקייט צו זעהען אייך נאָך אַמאָל, שרייב איך אייך יעצט און שיק אייך מיין ברכה פאַר אייך אייער טאָכטער און איידים יחיו, אַז איר זאָלט האָבן נחת פון אייער אייניקל און זייער זון. . . שי' און זאָלט אים מגדל זיין לתורה לחופה ולמעשים טובים.
און שטייענדיג יעצט פאַר דעם יום טוב שבועות, זמן מתן תורתנו, ווערט געבראַכט אין מדרש אַז השי"ת האָט געבעטן ערבות, און נאָר נאָכדעם ווי אידן האָבן געגעבן ערבות: זייערע קינדער וועלן מקיים זיין די תורה, האָט דענסטמאָל השי"ת מסכים געווען צו געבן אידן די תורה הקדושה.
און דאָס דאַרף זיין אַ מוסר השכל פאַר אונז אַלעמען, אַז יעדערער וועלכער וויל מקבל זיין די תורה כדבעי למהוי, דאַרף זיך משתדל זיין אַז זיינע קינדער און אייניקלעך און אויך קינדער פון אַנדערע אידן, זאָלן נתחנך ווערן בדרך התורה, און צו העלפן די מוסדות און די אַלע וועלכע טוען אין דעם חנוך הכשר פון אידישע קינדער אינגעלאַך אָדער מיידעלאַך אַז זיי זאָלן זיין גוטע פרומע אידן.
בברכת חג שמח ובפ"ש לחתנו ובתו יחיו בברכת מזל טוב.
(ממכתב כ"ה אייר תשי"א)
מיט פאַרגעניגן האָב איך געליינט אייער בריף וואו איר שרייבט וועגן דער פאָרשריט און הצלחה אין דער אַרבעט פון דער ישיבה אחי תמימים אין. . . , און פון אייער שטענדיג אַרבעט און מיטהילף פאַר דער ישיבה.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.