143

און ער גיט אים דעם כח צו איבערקומען אַלע שוועריקייטן פון זיינע ניט גוטע נייגונגען און אַז ער זאָל מצליח זיין אַז זיין יצ"ט זאָל אָנפירן מיט זיין לעבן אין זיין מאַטעריאַלן לעבן און זיין גייסטיקען לעבען. יעמולט וועט דאָס אים העלפען און פאַרגרינגערן ער זאָל קענען זיך שטאַרקן (?) אויף אַלע נסיונות, און ער וועט אויך משפּיע זיין אויף זיינע חברים צו אויפפירן זיך ווי דער אויבערשטער וויל, ווי ער האָט אונדז אָנגעוויזן אין דער תורה.

עס איז מיין האָפענונג אַז אין אייער צוגרייטן זיך צו קבלת התורה — בחה"ש סוף וואָך — וועט איהר טאָן אַלץ וואָס היינגט אָפּ פון אייך בנוגע צו די ענינים וואָס מען האָט דאָ גערעדט.

דאָס וועט בריינגן אַז איהר וועט מצליח זיין אין לערנען אַ גאַנצען יאָהר. און פאַרשאַפען נחת אייערע עלטערן און אייער לערערס.

האָט אַ נסיעה כשורה צו באָסטאָן, און הצלחה אין אייער לערנען בשקידה (הוזכר כאן ענין. . . בנוגע לכל ישראל).

איהר זאָלט האָבן אַ פרייליכן יו"ט און קבלת התורה בשמחה ובפּנימיות (רצוני לומר לשון הרב ולזאת לא אתרגם ואמר כ"ק אדמו"ר שליט"א עוה"פ) אַ גוטן שבועות אַ גוטע נסיעה און קבלת התורה בשמחה ובפּנימיות.

(משיחת ר"ח ניסן תשכ"ב לתלמידי ישיבת אחי תמימים — באסטאן)

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.