142
און דאָס איז אויך די פליכט וואָס ליגט אויף יעדערער פון אייך, צו באַווירקן וואָס מער אידישע פרויען און טעכטער, אַז אויך זיי זאָלן ווערן דורכגענומען און אָנגעפילט מיטן גייסט און חיות און שמחה פון יהדות, פון תורה ומצוות, אין די ביידע דערמאָנטע און פאַראייניקטע טיילן פון "טוב לשמים וטוב לבריות"; וועט דאָס פאַרשנעלערן דאָס אַרויסנעמען זיך פון גלות אין דער ניטאידישקייט און זיך גייסטיק אויסלייזן פון אַלע שטערונגען ביז צום פירן אַ פולקאָםגאַנצן תורה'דיקן לעבן —
און דאָס וועט במילא נאָכמער צואיילן די גאולה האמתית והשלימה, די גאולה פון גאַנצן אידישן פאָלק דורך משיח צדקנו.
(משיחת כ"ח אייר תשל"ח — להכינוס דנשי ובנות חב"ד)
משיחת ר"ח סיון תשכ"ב לתלמידי אחי תמימים באסטאן
[tochen_begin] [tochen_end]
היינט איז ראש חודש סיון דער חודש פון קבלת התורה, וואָס דאָס גיט די הוראה פאַר יעדער איד אין זיין גשמיות'דיקען לעבען און אין זיין רוחניות'דיקן לעבען. אויך יעדער פּרט פון תורה איז וויכטיק, און אין נאָך אַ גרעסערע מאָס איז וויכטיג יעדער פּרט פון די עשה"ד און אויך דער סדר אין וועלכן זיי זיינען געזאָגט און געגעבן געוואָרן בפירוש באַ מתן תורה און אָנגענומען געוואָרן פון יעדען איד יעמולט און אויך פאַר אַלע דורות דערנאָך. חז"ל זאָגען אין מדרש אַז די אַלע עשרת הדברות זיינען געאזאָגט געוואָרן אין איין דיבור פון דעם ערשטען דבור אנכי ה"א ביז דעם לעצטען דיבור וואָס רעדט וועגן גשמיות'דיקען אייגענטום אַ פעלד, בעלי חיים, א.ד.ג.
אין דעם איז פאַראַן אַ גאָר וויכטיקער אָנזאָג צו יעדען איינעם פון אונדז: אויך די מאַטעריעלע ענינים פון דעם מענטשען (אידן) דאַרפ'ן זיין פאַרבונדען אין איין אָטעם מיט דעם דיבור פון אנכי ה"א, בעת אַ איד טוהט עפּעס אַפילו אויב עס איז אַ קליינע זאַך אין זיין מאַטעריעלען אָדער רוחניות'דיקן לעבען — דאַרף ער דערביי וויסן און פילן אַז דאָס איז פון אנכי ה"א פון דעם אויבערשטען — וואָס דערפאַר דאַרף ער דאָס טאָן אין אַזאַ אופן עס זאָל זיין ניכר אַז ער נעמט אין אָנבאַטראַכט אַז ער געפינט זיך אין דער געגענוואַרד פון דעם אויבערשטן וועלכער גיט אַכטונג אויף יעדער זיין — דער מענטש מעשה, דיבור און אַפילו מחשבה וואָרום לגבי דעם אויבערשטען איז ניט קיין אונטערשייד פון מעשה דיבור ביז מחשבה אַלץ איז גלוי לפניו.
יעדער איינער פון אייך, אַז ער וועט האָבען שטענדיק אין זיין געדאַנק — אַז ער געפינט זיך אין געגענוואַרד פון דעם אויבערשטען וואָס ער איז דאָך עצם הטוב
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.