141
זיכערקייט, אַז די מענער וועלן אָננעמען און אויספירן ווי געהעריק דעם "נעשה ונשמע", איז אָפּהענגיק אין דעם "נעשה ונשמע" וואָס די פרויען וועלן אויף זיך אָננעמען און פאַרווירקלעכן. די ווירקונג און איינפלוס וואָס אידישע פרויען האָבן אויף זייערע קינדער, מענער, פאָטער און ברידער. אויף אַזוי ווייט, אַז זיי איבן אויס אַ דעצידירנדיקע השפּעה שוין ביי די צוגרייטונגען צו קבלת התורה — צו דעם מאָמענט ווען אַלע אידן צוזאַמען שרייען אויס מיט דער פולסטער נשמהגרייטקייט "נעשה ונשמע".
און אַזאַ הכנה ברענגטצו דעם גאַנצן אידישן פאָלק צו קבלת התורה "בשמחה ובפּנימיות" — ווי דער רבי דער שווער פלעגט בענטשן — מיט פולער און אמת'דיקער פריידיקייט, וואָס נעמט דורך דעם גאַנצן מענטשן, ביז אַז תורה ומצוות ווערן דער גאַנצער אינהאַלט פון זיין לעבן.
* * *
ווי דערמאָנט, איז המעשה הוא העיקר: דער ציל און תכלית פון אַלע גערעדטע ענינים איז, אַז איר, אידישע טעכטער, זאָלט אויסנוצן אייער איינפלוס און באַווירקן מיטן "נעשה ונשמע" די נשי ובנות ישראל וואו נאָר איר וועט קענען דערגרייכן, און דורכדעם באַווירקן אויך די אידישע מענער און זין צו מקבל זיין און מקיים זיין די תורה — ביז שבועות און מיט אַלץ מער שטייגנדיקן חיות אין די טעג פון מתןתורה און נאָכדעם.
און עס ווערט מקויים די הבטחה פון דער תורה (אין דער פּרשה פון דעם שבת מברכים): "אם בחוקותי תלכו" — אַז מ'וועט לערנען און האָרעווען אין תורה וואָס וועט דערפירן צו — "ואת מצותי תשמרו ועשיתם אותם" — אָפּצוהיטן די מצוות און במעשה, וואָס דאָס איז דער עיקר, ווי געזאָגט — איז מען פאַרזיכערט מיט אַלע ברכות פון דעם אויבערשטן, וואָס ווערן דאָ אויסגערעכנט אין דער תורה, ביז צו דער גרעסטער און פולקאָמסטער ברכה, אַז בקרוב ממש וועט זיין ואולך אתכם קוממיות, דער אויבערשטער וועט אַרויסנעמען יעדער אידן און אַלע אידן פון גלות, ברענגען די גאולה השלימה דורך משיח צדקנו.
די צוגרייטונג דערצו איז דורכדעם, וואָס אַ איד טוט אַלדאָס מעגלעכע אַרויסצונעמען זיך אַליין פון גייסטיקן גלות און פון דער ניטאידישקייט וואָס הערשט אין וועלט. ד.ה. טראָץ דעם וואָס אַ איד ווייסט, אַז אין כמות איז ער "המעט מכל העמים" — דאָס אַמווייניקסטע (אין קוואַנטיטעט) צווישן דער ניטאידישער פעלקערוועלט, איז ווען עס קומט צו אידישקייט, צו תורה, רעכנט ער זיך דערמיט אינגאַנצן ניט און ער פירט זיך מיט דער גאַנצער שטאַרקייט ווי אַ איד דאַרף זיך פירן אַ גאַנצן טאָג — פונעם מאָמענט ווען ער כאַפּט זיך אויף פון שלאָף ביז צום לעצטן מינוט פון זיין וואַךזיין; און נאָכמער: אויך זיין שלאָפן איז אַזאַ וואָס מ'דערקענט אין דעם אַז דאָ שלאָפט אַ איד פון תורה ומצוות. . .
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.