138
אויבערשטן; ווי איינער וואָס האָט ערשט זוכה געווען צו ריידן כביכול צום אויבערשטן אַליין! ער איז אַליין איידעלער, העכער און צוזאַמען דערמיט פילט ער אַ פליכט און אחריות צו אויסאיידלן און אויפהויבן די וועלט אַרום אים)
אַזוי איז עס אויך אין באַצוג צו דער הויפּטטעמע פון דער היינטיקער קאָנווענשאָן — "טוב לשמים וטוב לבריות" — אַז זי קומט אין פאַרבינדונג און אַלס רעזולטאַט און ווי אַ פאַרשטאַרקונג און אויסברייטערונג פון דעם "טוב לשמים וטוב לבריות", וואָס האָט זיין השגחהפּרטיות'דיקן אָנהויב געהאַט אין דעם "קאָפּ" פון יאָר — "ראש השנה":
ווי מערערע מאָל באַטאָנט, איז ראשהשנה היייאָר אויסגעפאַלן דינסטיק, דער דריטער טאָג אין וואָך, וואָס דאָס איז אַ "יום שהוכפּל בו כי טוב" — ווי די חז"ל זאָגן: ביי דעם דריטן טאָג פון די "בראשית" באַשאַףטעג שטייט אין דער תורה צוויי מאָל "כי טוב" — אַ "דאָפּלטער טוב"; און דאָס ווערט אין ספרים אויסגעטייטשט, אַז דער "צווייענדיקער טוב" באַשטייט פון "טוב לשמים וטוב לבריות".
דער באַדייט דערפון, וואָס ראש השנה איז געווען דעם דריטן טאָג איז אויך אין דעם זין, אַז פּונקט ווי דער "קאָפּ" פירט אָן מיטן גאַנצן קערפּער, מיט אַלע אברים, וועלכע פירן זיך לויטן אָנווייז און באַשלוס פון קאָפּ — איז ענלעך אַזוי אויך ביים "קאָפּ" פון יאָר: די באַזונדערע הימלדיקע כוחות וואָס זיינען געגעבן געוואָרן און די גוטע באַשלוסן וואָס זיינען אָנגענומען געוואָרן ראשהשנה אין איינקלאַנג מיטן "טוב לשמים וטוב לבריות" פון דאָזיקן טאָג, דאָס גיט דערנאָך ספּעציעלע הילף און חיות אויסצופירן און דורכפירן אָט די באַשלוסן אין פאַרלויף פון אַלע טעג פון יאָר בכלל, און אַ ספּעציעלע פאַרשטאַרקונג און הצלחה צו פאַרווירקלעכן די גוטע החלטות פון דער קאָנווענשאָן, וואָס זיינען באַזירט אויפן יסוד פון "טוב לשמים וטוב לבריות".
און דאָ קומט אַריין "מענין לענין" נאָך אַ נקודה: היינטיקן יאָר איז אויך דער "ראש השנה לחסידות" — י"ט כסלו — אויסגעפאַלן דינסטיק, אין דעם "יום שהוכפּל בו כי טוב".
תורת החסידות גיט אַריין, ווי באַוואוסט, אַ צוגאָב פון לעבעדיקייט און פריילעכקייט אין אידישקייט און עבודת השם און אַ מער שטאַרקערן בטחון אין דעם אויבערשטן; און דאָס גיט, אין אונזער פאַל, אַ נאָך טיפערע אינערלעכע צוגאָבפאַרשטאַרקונג און בענטשונג פון הצלחה אין דינען דעם אויבערשטן דורך דער שלימות'דיקער פאַראייניקונג פון "טוב לשמים" און "טוב לבריות" ווי איין גאַנצע זאַך.
און נאָך עפּעס: אויך היייאָריקער ראשחודש סיון, דער "קאָפּ" און אָנהויב פון חודש פון מתןתורה, איז אויך אין דעם טאָג (דינסטיק) וואָס "הוכפּל בו כי טוב", וואָס דאָס אונטערשטרייכט נאָך מיט מער קראַפט דעם דערמאָנטן תורה'דיקן
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.