137

גיט עס אים די נויטיקע פעסטקייט און דויערהאַפטיקייט, אַזוי אַז אייגננוצן אד"ג וועט ניט זיין קיין שטערונג צו דערפילן די מצוות פון "בין אדם לחברו" ווי עס דאַרף צו זיין.

און דאָס לערנט אונז תורה אחת (וואָס אַלע אירע טיילן שטעלן צוזאַמען איין גאַנצקייט), וואָס זי איז געגעבן געוואָרן פון השם אחד, דעם אייןאיינציקן באַשעפער — צו זיין אויסדערוויילט פאָלק, דעם "גוי אחד בארץ" (אַ פאָלק וואָס איז געבונדן און געאייניקט אין איין פולער אייניקייט, טראָץ די פאַרשידנק'ייט פון מדרגות און קאַטעגאָריעס צווישן אידן) — אַז די צוויי באַגריפן פון "טוב לשמים" און "טוב לבריות" דאַרפן זיין און זיינען אַן ענין "אחד", פולשטענדיקער אחדות:

בשעת אַ איד איז פאַרנומען מיט הימלדיקע זאַכן פון "טוב לשמים" זאָל ער ניט פאַרגעסן אויף אַ צווייטן מענטשן, נאָר ער זאָל אויך דעמאָלט זיין דורכגענומען מיטן געפיל פון אהבת ישראל ביזן העכסטן אויסדרוק — "כמוך"; און אַזוי אויך בשעת ער איז אַריינגעטאָן אין ענינים פון "בין אדם לחברו", ער טוט טוב וחסד מיט אַ צווייטן אידן, זאָל ער בשעתמעשה ניט פאַרגעסן ח"ו אויפן אויבערשטן. ער זאָל ניט אויסשטעלן אויף זיך אַליין, אויף זיין גוט האַרץ און פיינע מידות, נאָר ער זאָל זיין דורכגעדרונגען מיט "טוב לשמים", מיט דער גרויסער איבערגעבנקייט צום אויבערשטן און צו זיינע תורה ומצוות. און דאָס איז דער אמת'ער און זיכערער וועג אין עבודת השם.

* * *

יעדע געשעעניש און דערשיינונג אין וועלט, ווי יעדע טואונג און פירונג, איז ניט קיין פאַרזיכדיקע אָפּגעריסענע זאַך, נאָר ס'איז אַ המשך, תוצאה פון פריערדיקע אומשטענדן און אַנטוויקלונגען — און דאָס ברענגט אויך ווייטערדיקע תוצאות ווירקונגען.

(אָנכאַפּנדיק דעם פריערדיקן ביישפּיל פון תפלה: ווען אַ איד שטעלט זיך דאַוונען, דאַרף עס דאָך זיין, ווי געזאָגט, געבונדן מיט פריערדיקער געהעריקער צוגרייטונג פון "טוב לבריות", פון "ואהבת לרעך כמוך" — אַזוי אַרום איז ער און זיינע תפילות צום אויבערשטן מער אויסגעאיידלט און דורכגענומען מיט אהבתישראל'דיקער הויכקייט אין זיין דבקות צו השי"ת; זיינע בקשות צום אויבערשטן, זיין אויסגיסן דאָס האַרץ איז אויף אַ גאָר אַנדערן העכערן אופן בעת ער דערהערט נאָכדעם אין דאַוונען אַז ער רעדט כביכול מיטן אויבערשטן אַליין! "דע לפני מי אתה עומד"!

און אַזאַ דאַוונען ברענגט דערנאָך גאָר גוטע און הויכע תוצאות נאָכן דאַוונען. ווען ער גייט אַרויס דערנאָך "אין וועלט", צו באַשעפטיקן זיך מיט וואָכעדיקע ענינים, פירט ער זיך ניט ווי אַ "גאַסמענטש", נאָר ווי אַ שליח פון דעם

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.