136
איינע פון די אויפקלערונגען פון דעם איז: דער הויפּטאויפטו באַשטייט דאָ — ניט בלויז צו זיין אָפּגעהיט אין די ביידע סוגים פון (תורה ו)מצוות, זיי אָפּצוהיטן אויף אַ גאַנצן און פולקאָמענעם אופן; די אונטערשטרייכנדיקע אָנווייזונג פון דעם ליגט דערין, אַז "טוב לשמים" און "טוב לבריות" דאַרפן ניט זיין צוויי באַזונדערע טיילן פון אידישקייט, נאָר ווי איין פאַראייניקטע און צוזאַמענדיקע גאַנצקייט.
אין איינפאַכע ווערטער: פאַראַן געוויסע מצוות און ענינים, וואָס געהערן אויבנאויף דורכאויס צום געביט פון "בין אדם למקום" — "טוב לשמים". צום ביישפּיל: ווען אַ איד דאַוונט צום אויבערשטן. דעמאָלט דאַרף דאָך אַ איד טראַכטן נאָר וועגן דעם אויבערשטן אַליין; צוטראָגן און "באַהעפטן" זיין קאָפּ און האַרץ צום באַשעפער.
דאַרף אָבער אַ איד וויסן, אַז צוזאַמען מיט זיין באַמיאונג פון "טוב לשמים" ביים דאַוונען — און נאָכמער, אַלס אַן אַריינפיר און צוגרייטונג צו תפילה — מוז זיין דער "טוב לבריות", וואָס דאָס דריקט זיך אויס קלאָר אין דער אָנווייזונג פון גדולי ישראל, אַז פאַרן דאַוונען דאַרף אַ איד זאָגן און אויף זיך אָננעמען די מצוה פון "ואהבת לרעך כמוך" — ליב האָבן אַ צווייטן איד פּונקט ווי זיך אַליין. ס'הייסט, אַז נאָך איידער ער הויבט אָן זיין תפילה צום אויבערשטן (און דערנאָך זיין לערנען תורה) דאַרף ער זיך אָנשליסן צוזאַמען מיט אַלע אידן און דערנאָך זיי "מיטנעמען" אין זיין תפילה צו השי"ת (און ווי מיר זעען, אַז אַלע בקשות און געבעטן פון העכסטן תפלהטייל, פון שמונהעשרה, זיינען אין לשון רבים — פון מערצאָל: "חננו", "השיבנו", "סלח לנו", "וגאלנו", "רפאנו", אאַ"וו — פאַר אַלע אידן אינאיינעם, "טוב לבריות").
דאָס זעלבע איז אויך ביים צווייטן טייל — "טוב לבריות": ווען מ'טוט גוטס צו אַ צווייטן מענטשן, ווי בעת מ'היט זיך שטאַרק ניט צו פאַרשאַפן קיין צער און ליידן אַ צווייטן מענטש, איז דערביי ניט גענוג דער געפיל פון "טוב לבריות" אַליין; ד.ה. ס'איז ניט גענוג צו טאָן דאָס בלויז צוליב מענטשלעכער גוטסקייט, ווייכהאַרציקייט און גערעכטיקייטגעפיל. וואָרום דעמאָלט איז מען ניט זיכער, אַז מ'וועט זיך פירן מיט דער זעלבער גוטסקייט און גערעכטיקייט אויך אין פאַל ווען מ'דאַרף "פאַרבויגן" עפּעס וואָס רירט אָן דעם "איך" און די אייגענע נוצן.
ווען קען מען זיין פאַרזיכערט, אַז דער "ואהבת לרעך כמוך" וועט דורכגעפירט ווערן ווי געהעריק אין אַלע באַדינגונגען און אומשטענדן פון "בין אדם לחברו" — נאָר בעת דער "טוב לבריות" איז באַגרינדעט און דורכגעדרונגען מיטן "טוב לשמים", ווען ער איז גוט צום צווייטן דערפאַר וואָס דער אויבערשטער האָט אַזוי געבאָטן.
וואָרום ווען אַ איד דערפילט, אַז מיט זיין "טוב לבריות" פירונג איז ער מקיים דעם אויבערשטנ'ס אַן אָנזאָג (ניט בלויז די פליכט פון מענשען מאָראַל און געפיל),
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.