ספרי כ"ק אדמו"רלקוטי שיחותכרך לחהוספותר"ח סיון135

135

ר"ח סיון

די הויפּטטעמע פון דער היינטיקער קאָנווענשאָן איז — "טוב לשמים וטוב לבריות": "זיין גוט צום אויבערשטן", טאָן זאַכן צוליב דעם אויבערשטן פירן זיך ווי דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט; "וטוב לבריות" — און זיין גוט צו מענטשן, און אויך צו אַלע באַשעפענישן, ווי דאָס וואָרט "בריות" ווערט אָפטמאָל געטייטשט.

(אַזוי ווי ס'ווערט דערציילט וועגן גדולי ישראל, ווי שטאַרק זיי זיינען געווען אָפּגעהיט אין צער בעליחיים — ניט צו פאַרשאַפן קיין ליידן צו קיין שום לעבעדיקער באַשעפעניש; און ניט נאָר צו אַ בעלחי, נאָר אויך צו אַ "צומח" — ניט צו קאַליע מאַכן אַ געוויקס (אָפּרייסן, צום ביישפּיל, אַ "לעבעדיק" בלעטל פון אַ בוים אומנויטיקערהייט), וואָס דאָס איז אויך איינגעשלאָסן אינעם אָנזאָג פון "בל תשחית", ניט צו פאַרדאַרבן סתם אַ זאַך וואָס דער אויבערשטער האָט באַשאַפן).

וויבאַלד "טוב לשמים וטוב לבריות" איז דורך אידישע טעכטער בהשגחה פּרטית אויסגעקליבן געוואָרן ווי אַ הויכפּונקט פון זייער צוזאַמענקום, איז דאָס גופא אַ באַווייז, אַז אין דעם ליגט אַ ספּעציעלע הוראה און וועגווייזונג אין לעבן פון אידן און אידישקייט, לויט תורתנו תורתחיים וועלכע איז אַ לעבעדיקע לערע אין טאָגטעגלעכער פירונג פון אידן.

אין פלוג קען מען פרעגן: אין וואָס דריקט זיך אויס די תורה'דיקאידישע אויסגעצייכנטקייט פון אַ פירונג וואָס איז "גוט צום אויבערשטן און גוט צו מענטשן"? דאָס זיינען דאָך פליכטן און פאָדערונגען, וואָס זיינען אָנגענומען אויך באַ אַנדערע פעלקער! מיר געפינען דאָך, אַז צווישן די זיבן מצוות וואָס דער אויבערשטער האָט אָנגעזאָגט צו די "בני נח" (צו אַלע מענטשן אויף דער וועלט) זיינען פאַראַן אָט די ביידע סאָרטן געבאָטן — פליכטן צום אויבערשטן און פליכטן צו מענטשן. צום ביישפּיל: די מצוה פון גלייבן אין דעם אויבערשטן און ניט דינען עבודהזרה; ווי אויך די מצוה פון "גזל" (און "דינים") — זיין אָפּגעהיט פון גנב'ענען, גזלנ'ען און שעדיקן אַ צווייטן מענטשן — און אָט די צוויי גרונט מצוות (וואָס זיינען וועלטגעבאָטן פאַר דער גאַנצער מענטשהייט) זיינען דאָך פונדאַמענטאַלע פאַר אַלע אַנדערע מצוות פון ביידע קאַטעגאָריעס, פון "בין אדם למקום" און "בין אדם לחברו"; און אין שפּראַך פון קאָנווענשאָן סיסמא (מאטא): "טוב לשמים" און "טוב לבריות".

* * *

מצוטט ב־1 עמודים

  1. שולחן ערוך טז לקו"ש חל"ח ע' 135

עמודים המצטטים את אותם מקורות

עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.