196
אין ענטפער אויף אייער בריף פון יום ב',
בעת רצון וועט מען מזכיר זיין אייער זון. . שליט"א אויף דעם ציון הק' פון כ"ק מו"ח אדמו"ר זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע צו דעם וואָס ער נויטיגט זיך און בפרט צום געזונט בעסערונג אין דעם ענין וואָס איר שרייבט, און זיכער וועט מען פרעגן אַ דאָקטאָר ספּעציאַליסט וועגען די נייע באַהאַנדלונגען וואָס מ'האָט אויסגעפונען אויף דעם געביט אויב מען קען דאָס אָנווענדען אין דעם פאַל.
לאחרי בקשת סליחתו, מוז איך אָבער זאָגען דעם אמת, אַז אין מערסטע פאַלען, איז אַזאַ זאַך ווי איר שרייבט, קומט דאָס אַלס רעזולטאַט פון דעם וואָס זיינער צייט בעת די מוטער האָט פאַרשווענגערט מיט דעם קינד, איז ניט ווי געהעריג אָפּגעהיט געוואָרען די חוקי ודיני טהרת המשפחה, און אויב ח"ו אין אייער פאַל איז דאָס אַזוי געווען, איז אין אַ געוויסע מאָס קען צו דעם העלפען און גוטמאַכען, דורכן אָפּהיטען איצטער אין דער שטריינגסטער מאָס די חוקי ודיני טהרת המשפחה, און אויך צו זעהן איינווירקען אויף אַנדערע צו אויפפירען זיך אַזוי, און השי"ת הרואה ללבב, אַז מען איז ענטשלאָסען צו טאָן אַזוי, סיי אַליין און איינווירקען אויף דער סביבה, וועט ער שיקען זיין הצלחה אין דער מעדיצינישער באַהאַנדלונג צו פאַריכטען דאָס אויבען געזאָגטע אין אַ גאָר גרויסער מאָס, און ווען איר וועט דאָס טאָן אין דער פולסטער מאָס אויך צו דער פולסטער רפואה, און האָפנטליך וועט איר געפינען די פּאַסענדע ווערטער צו ערקלערען דאָס אויך אייער פרוי תחי', ויהי רצון איר זאָלט קענען אָנזאָגען גוטע בשורות אין דעם.
מ'האָט געדאַרפט בודק זיין די תפילין און אויך די מזוזה אַז זיי זאָלען זיין אַלע כשר'ה ווי דער דין איז, און יעדער וואָכען טאָג אין דער פריה פאַרן דאַוונען געבן אויף צדקה, און די פרוי תי' זאָל אָפּהיטען דעם מנהג הטוב של בנות ישראל הכשרות צו געבען אויף צדקה יעדער מאָל פאַר ליכט צינדען ערב שבת און ערב יום טוב.
בברכה לבשו"ט.
(ממכתב כ"ד אדר תשי"ח)
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.