151
זיך איצטער, ווען עס רעט זיך אַלץ וועגן קינדער, ווי עס שטייט, והגדת לבנך וגו' און ווי חכמינו ז"ל, דערציילן אונז, אַז הם (די קינדער) הכירוהו (האָבן דערקענט הקדוש ברוך הוא) תחלה (די ערשטע) באַ קריעת ים סוף.
בברכת הצלחה בכל האמור ולחג פסח כשר ושמח.
(ממכתב יו"ד ניסן תש"כ)
ב"ה, כ"ז ניסן תשכ"ד
ברוקלין, נ.י.
צו די אָנטיילנעמער אין דעם עלפטן יערלעכן לאָנטשאן פון אגודת נשי ובנות חב"ד אין קליוולאַנד, אָהייאָ
ה' עליהן תחיינה
ברכה ושלום:
מיט פאַרגעניגען האָב איך באַקומען די ידיעה וועגן אייער פאָרשטייענדן לאָנטשאָן ביום א' א' דר"ח אייר (ל' ניסן), הבע"ל.
השם יתברך זאָל העלפן, אַז די יערלעכע אונטערנעמונג זאָל געקרוינט ווערן מיט גרויס הצלחה אין אַלע הינזיכטן.
אַזוי ווי די אונטערנעמונג קומט פאָר אין אָפּשלוס פון חודש ניסן, איז צו האָפן אַז באַ דער געלעגנהייט וועט אונטערגעשטראָכן ווערן די באַדייטונג פון דעם חודש הגאולה און פון דעם יוםטוב פסח פאַר אַלע אידישע פרויען און בפרט פאַר חב"ד פרויען, און ספּעציעל בנוגע חינוך על טהרת הקדש. וואָרום דער גאַנצער יסוד פון (דעם סדר און פון) דער הגדה מיט וועלכער דער יוםטוב פסח הויבט זיך אָן איז די מצוה אין דער תורה והגדת לבנך — צו דערציילן און אויפקלערן צו די קינדער די באַדייטונג פון יציאת מצרים, אויך אַלס צוגרייטונג צו קבלת התורה, כדי צו דערגרייכן הם הכירוהו תחילה ("די קינדער זיינען געווען די ערשטע וועלכע האָבן דערקענט דעם אויבערשטן") ווי דאָס איז געווען באַ קריעת יםסוף, מיט וואָס דער יוםטוב פון יציאת מצרים לאָזט זיך אויס.
לערנען אונז דער סדר און די הגדה של פסח, אַז מ'טאָר זיך ניט מייאש זיין
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.