139
(דער מנבא נבואות המרה נבואות הגלות) — אַז ער האָט געזאָגט "נחם" יעדער טאָג ("בכל יום"70) פון יאָר,
ביז אַז — לויט פּשטות הלשון איז מובן — אַז ער האָט עס אויך געזאָגט בראש חודש וכיו"ב, כאָטש אַז קיין תחנון זאָגט מען ניט דעמולט71 און ס'איז ניט קיין יום המעשה72.
און נאָכמער:
בראש חודש איז ניט בהדגשה דער ענין השמחה (וואָס דאָס איז דאָך געווען די טענה פון רשב"י אויף ר' אברהם הלוי, אַז ס'איז אַ יום שמחה). אָבער לויט פשטות הלשון האט ער געזאָגט "נחם" אויך בחול המועד, וואָס חול המועד איז "מועדים לשמחה", ווי דער אַלטער רבי פּסק'נט אין שולחן ערוך73, אַז "שמחה זו (דחוה"מ) היא מ"ע מן התורה".
פונדעסטוועגן האט ר' אברהם הלוי דעמולט געמעגט זאָגן און האָט בפּועל דעמולט געזאָגט "נחם" (והראי' אַז ער איז אויף דעם ניט נענש געוואָרן, ואדרבה — מ'האָט גאָר פאַרשריבן די הנהגה), כאָטש אַז דעמולט איז אַ יום שמחה, "מועדים לשמחה", און נאָך אַ שמחה מן התורה.
בשבת ויו"ט האָט ער טאַקע ניט געזאָגט "נחם" (ווייל ער האָט געזאָגט "נחם" אין ברכת "תשכון", וואָס דאָס זאָגט מען ניט בשבת ויו"ט) — אָבער ניט דערפאַר ווייל די שמחה דעמולט האָט איבערגעוועגט זיין טיפן געפיל אויפן גלות, נאָר צוליב אַ זייטיקן טעם:
ער פלעגט זאָגן "נחם" אין ברכת "תשכון", און בשבת ויו"ט זאָגט מען ניט קיין ברכת "תשכון". און דער דין74 איז אַז אין תפלת העמידה טאָר מען ניט אַריינשטעלן קיין זייטיקע זאַכן וואָס שטייען ניט אין דעם נוסח פון תפלת העמידה וואָס די כנסת הגדולה האָבן געמאַכט. און אַריינשטעלן דאָס אין אַן אַנדער תפלה וואו עס רעדט זיך ניט וועגן די ענינים, אָדער זאָגן דאָס ניט אין אַ תפלה — ניט דאָס איז געווען דער ענין וכוונה פון ר' אברהם הלוי, ער האָט עס געזאָגט אין תפלת העמידה בכדי דאָס "נחם" זאָל מקויים ווערן בפּועל — דעריבער האָט ער ניט געהאַט (בשבת ויו"ט) וואו דאָס צו זאָגן, האָט ער עס דעמולט ניט געזאָגט.
אָבער לולא זה וואָלט ער עס געמעגט זאָגן אויך דעמולט — והראי' אַז ער האָט עס געמעגט זאָגן און געזאָגט בחול המועד, וואָס איז "מועדים לשמחה" מן התורה, וואָלט ער דאָס אויך געמעגט זאָגן און וואָלט עס געזאָגט בימי יו"ט (לולא די סיבה הנ"ל).
און דערפון איז אויך פאַרשטאַנדיק במכ"ש וק"ו אַז ער וואָלט דאָס געמעגט זאָגן בשבת (לולא סיבה הנ"ל אַז ער האָט עס ניט געהאַט וואו צו זאָגן) — וואָרום שבת איז דאָך ניט פאַרבונדן מיט שמחה נאָר מיט עונג (וואָס דערפאַר איז דעמולט ניטאָ די מצוות התלויות בשמחה, זיי זיינען דאָ נאָר ביו"ט וואָס
הערות
- 70. שעה"כ שם.
- 71. שו"ע או"ח סקל"א ס"ו. סידור אדה"ז לפני "ובא לציון גואל". הוספה לשו"ע אדה"ז (להר"נ מדובראוונא) או"ח שם ס"ח.
- 72. ראה לקו"ת ברכה צו, ד. אוה"ת בראשית כב, סע"א ואילך. ברכה ע' א'תתצט ואילך.
- 73. או"ח סתקכ"ט ס"ו.
- 74. טושו"ע ואדה"ז או"ח ר"ס קיט.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.