138
מ"ת ווייניקער מיט אַ טאָג ווי מ'האָט געדאַרפט וואַרטן נעכטן, און במילא איז זעלבסטפאַרשטאַנדיק אַז מען דאַרף גרייטן זיך נאָכמערער אַז מ'זאָל זיין ווערט צו מ"ת, און מ'זאָל קענען לערנען תורה און מקיים זיין אירע מצוות מיט דער גאַנצער שטאַרקייט און לעבעדיקייט — דורך דעם וואָס אין די טעג פאַר דעם פירט מען זיך אויף ווי אַ איד דאַרף זיך אויפפירן.
ובפרט אַז מ'געפינט זיך בל"ג בעומר, ווי געזאגט פריער אַז דאָס איז יום שמחתו פון רשב"י, ביז — "שמחה גדולה", וואָס ער (רשב"י) האָט געזאָגט65 "יכול אני לפטור את כל העולם כולו מן הדין". ד.ה. וואָס פאַר אַ חשבונות עס זאָל ניט זיין — איז רשב"י מציל די גאַנצע וועלט פון מדת הדין. קען דאָך די גאולה האמיתית והשלימה קומען בקרוב ממש, און נאָכמער — בשמחה גדולה, מיט דער שמחה פון רשב"י!
* * *
טז. בהמשך להמדובר לעיל וועגן גודל השמחה בל"ג בעומר —
זעט מען דאָס אויך אין אַ סיפּור וואָס מ'האָט אויך געדרוקט66 און מפרסם געווען און ס'איז דערגאַנגען צו אונז:
ר' אברהם הלוי, אַ תלמיד פון אריז"ל, צוזאַמען מיטן אריז"ל זיינען אַמאָל געווען אין מירון בל"ג בעומר (ביים קבר פון רשב"י). דער תלמיד האט זיך געפירט זאָגן יעדער טאָג אין ברכת "תשכון"67 (די ברכה פון "ולירושלים עירך ברחמים תשוב ותשכון בתוכה") די תפלה "נחם ה' אלקינו את אבלי ציון ואת אבלי ירושלים כו'". און אַזוי האָט ער עס אויך געזאָגט יענעם ל"ג בעומר. האָט רשב"י איבערגעגעבן דורך דעם אריז"ל, אַז דער תלמיד האָט ניט געטארט זאָגן "נחם" אין "יום שמחתינו"68 ל"ג בעומר און ער איז דערפאַר נענש געוואָרן וכו'.
וואָס דערפון האָט מען אַ ראי' אויף דעם גודל השמחה פון ל"ג בעומר:
יעדער איד זאָגט "נחם" נאָר תשעה באב. ר' אברהם הלוי האט אָבער אַזוי טיף געפילט דעם גלות, ביי אים איז דאָס געווען אויף אַזויפיל פילבאַר, אַזויפיל לעבעדיק און אַזויפיל טוטוויי — ווי עס שטייט אין ספרים, אַז ער איז געווען אַ גלגול ניצוץ פון ירמי' הנביא69
הערות
- 65. סוכה מה, ב.
- 66. שער הכוונות (להאריז"ל) ענין ספה"ע דרוש יב. פע"ח שער ספה"ע פ"ז. הובא בעט"ז לשו"ע או"ח סתצ"ג.
- 67. שער הכוונות ופע"ח שם. בשו"ע האריז"ל (וכן בנגיד ומצוה) איתא שאמר נחם בברהמ"ז, ובס' לחם מן השמים (להר"י צמח, מונקאטש, תרס"ה) שאמרו בברהמ"ז ובברכת תשכון — אבל ידוע שבכל כגון דא סמכינן על שעה"כ (ופע"ח) — ראה הגהת אדנ"ע לסידור (נדפסה בסי' תו"א, ברוקלין, תש"א ועוד) רל, ב*. ולפענ"ד ולולא דמסתפינא — ה"ז טה"ד וכו' בשו"ע האריז"ל — דמה טעם לאמרו בברהמ"ז ולא לאמרו בתפלה ובהברכה שכולא עלמא אומרים נחם בט' באב. וכ"ה להדיא בשו"ע האריז"ל כת"י שתח"י, וז"ל: הי' נוהג לומר נחם בברכת תשכון.
- 68. כ"ה בשעה"כ שם. ובפע"ח שם: "יום שמחתי".
- 69. ס' אור ישר (אור צדיקים — ראה שם הגדולים להחיד"א ערך זה) עמוד העבודה פי"א (בס' אור צדיקים — פי"ז) בשם האריז"ל.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.