137
יד. מסתם וועט מען פאַרענדיקן ווי מ'פאַרענדיקט אַלעמאָל די כינוסים (פון קינדער) — מיטן ענין פון אַ תפילה, די תפלה59 פון "יהי רצון כו' שיבנה ביהמ"ק כו'".
וואָס דאָס וועט קומען אין צוגאָב (אַלס אַ הוספה) צו די מערערע דברי תורה שבכתב ושבעלפּה, די פּסוקים ומאמרי חז"ל, וועלכע מ'האָט פריער געזאָגט און געלערנט.
און מ'וועט אויך געבן יעדער קינד געלט ער זאָל דאָס (— אַ טייל דערפון) אָפּגעבן נאָך אין דעם טאָג פון ל"ג בעומר אויף צדקה.
וואָס דעמולט וועלן זיין די דריי עמודים פון תורה עבודה וגמילות חסדים60. וואָס זיי האַלטן אויף די וועלט אַז זי זאָל זיך ניט שאָקלען און ניט טרייסלען.
וואָס דאָס איז אויך די שליחות פון אידן צו ברענגען שלום אויך אין וועלט, דורך דעם וואָס זיי ברענגען שלום באַ זיך אַליין, צווישן איין אידן מיט אַ צווייטן (ווי גערעדט פריער), ביז אַ שלום אמיתי, ברענגט דאָס אויך שלום אמיתי אין וועלט.
און זיכער וועט דאָס ברענגען שטאַרקייט אין דעם "עולם קטן" זה האדם61, אַז באַ יעדער אידן וועלכער טוט אין תורה עבודה וגמ"ח — וועט זיין עולם קטן שטיין מיט דער גרעסטער שטאַרקייט.
טו. ובפרט אַז מ'געפינט זיך אין די טעג פון ספירה. וואָס דאָס איז נאָכמער מדגיש די שטאַרקייט און לעבעדיקייט מיט וועלכע אידן זיינען מקיים תורה ומצוות (אַלע דריי עמודים פון תורה עבודה וגמ"ח):
איינער פון די ענינים אין ספירת העומר איז62, אַז אַרויסגייענדיק פון מצרים, וואָס שוין דעמולט האָבן זיי געוואוסט אַז זיי גייען צו מתן תורה, מען האָט זיי אָנגעזאָגט אַז "בהוציאך63 את העם ממצרים תעבדון את האלקים על ההר הזה" — האָבן אידן געציילט מיט דער גרויסער תשוקה די טעג צו מתן תורה, וויפל טעג זיינען שוין דורכגעגאַנגען פון יצי"מ ביז מ"ת.
וואָס אַזוי טוען אידן בכל שנה ושנה64, אַזוי ווי אין דעם יאָר — אַז גלייך נאָך חג הפסח, הייבט מען זיך אָן גרייטן צו חג השבועות, זמן מתן תורתנו, מ'ווייסט אַז עס דאַרפן צווישן זיי דורכגיין ניין און פערציק טעג, ציילט מען די טעג מיט אַ תשוקה צו מ"ת, וויפל טעג זיינען שוין דורכגעגאַנגען,
און שטייענדיק בל"ג בעומר, ווייסט מען אַז ביז היינט זיינען שוין דורך דריי און דרייסיק טעג, דאַרף מען וואַרטן ביז
הערות
- 59. סוף תפילת העמידה (מאבות פ"ה מ"כ).
- 60. אבות פ"א מ"ב.
- 61. תנחומא פקודי ג. תקו"ז תס"ט (ק, ב). וראה אדר"נ פל"א. ועוד.
- 62. ראה מו"נ ח"ג פמ"ג. חינוך מצוה שו. מדרש ("הגדה") הובא בעיטור (סוף הל' מצה ומרור), ר"ן סוף פסחים. ועוד (ראה לקו"ש חכ"ב ע' 114 הערה 2).
- 63. שמות ג, יב.
- 64. ראה לקו"ש שם הערה 5.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.