133
תלמיד פון רבי עקיבא, וואָרום ער האָט געלערנט תורה, וואָס "כולה אליבא דר' עקיבא", גאַנץ תושבע"פּ און די פּירושים אויף תושב"כ זיינען באַגרינדעט אויף די לימודים (לערנונגען) וואָס רבי עקיבא האָט געלערנט מיט זיינע תלמידים אין זיין צייט, און זיי האָבן עס דערנאָך איבערגעגעבן צו זייערע תלמידים ביז אַז ס'איז דערגאַנגען צו אונז.
קומט אויס, אַז יעדער איד וואָס לערנט תורה איז אַ תלמיד פון רבי עקיבא. במילא, בשעת מ'קומט אין באַרירונג מיט אַ צווייטן אידן, אַ קינד אָדער בכלל — דאַרף מען זיך גלייך דערמאָנען אַז ער איז אַ תלמיד פון רבי עקיבא, און עס קען זיין — אַ גרעסערער, בעסערער תלמיד ווי ער אַליין איז,
און זייענדיק אַ תלמיד פון רבי עקיבא, איז ער אויך אַ חבר פון רשב"י (וויבאַלד אַז רשב"י איז אַ תלמיד פון רבי עקיבא),
און דערצו נאָך איז יעדער מענטש, יעדע באַשעפעניש, אַ באַשעפעניש פון דעם אויבערשטן32, אין אים איז דאָ דער "אומן שעשאני"33, דער אויבערשטער וואָס האט אים באַשאַפן.
דעריבער: דאָס וואָס ער האָט געהאַט די זכי' אַרויסהעלפן יענעם דורך מקיים זיין "ואהבת לרעך כמוך" אין דיבור און אויך אין מעשה — איז ניט נאָר וואָס דאָס גיט אים ניט קיין רעכט צו ח"ו ניט נוהג זיין כבוד מיט יענעם, נאָר אדרבה: דאָס לייגט אויף אים אַרויף אַ זכות, אַז ער זאָל זיין נאָכמער זהיר אין יענעם
אָפּגעבן כבוד. און טאָן דאָס מיט שמחה, בשמחה גדולה ובטוב לבב.
און וויבאַלד אַז יעדער איד איז (כנ"ל) אַ תלמיד פון רבי עקיבא און אַ חבר פון רשב"י און אַ באַשעפעניש פון דעם אויבערשטן — פאַרלאַנגט דאָס און דאָס גיט כח אַז מ'זאָל קענען דורכפירן אין דער פולסטער מאָס דעם נוהג כבוד זיין מיט יעדן קינד, יעדן אידן און יעדן מענטשן, און זיכער — ניט אָנרירן יענעם אויף וואָס פאַר אַן אופן ס'זאָל ניט זיין, ניט במעשה, אפילו ניט בדיבור.
יב. ס'איז דאָ אַ וואונדערלעכער מדרש וואָס באַגרינדעט און מאַכט נאָכמער פאַרשטאַנדיק ווי אַזוי אַ קליין קינד אין יאָרן, אָדער אַ קליין קינד אין וויסן די ענינים פון אידישקייט, האָט דעם כח זיך צו איינהאַלטן און ניט אָנרירן דעם כבוד פון אַ צווייטן, ועאכו"כ ניט משיג גבול זיין און צונעמען עפּעס פון אַ צווייטן, ואדרבה — געבן, אָפּגעבן יענעם כבוד:
עס שטייט34 "אלקים נצב בעדת אל בקרב אלקים ישפוט", דער אויבערשטער זאָגט אַז "אלקים נצב", ער געפינט זיך און שטייט מיט דער גאַנצער שטאַרקייט35, "בעדת אל", דאָרטן וואו ס'געפינט זיך אַן עדה מענטשן (מערערע מענטשן) וועלכע זיינען פאַרבונדן מיט אל, מיטן אויבערשטן, מיט גטלעכקייט.
דערציילט ער אין מדרש36 — ווי דאָס איז געקומען. דאָס האָט צום ערשטן
הערות
- 32. ראה תניא פרק לב (מא, ב).
- 33. ראה תענית כ, סע"א ואילך. וראה לקו"ש חט"ו ע' 125.
- 34. תהלים פב, א.
- 35. כמש"נ קמה אלומתי וגם נצבה (וישב לז, ז).
- 36. תנחומא (הקדום והישן) באבער וירא ד. יל"ש תהלים עה"פ (רמז תתלא). אגדת בראשית פי"ט.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.