129
לבושים און אַלע זאַכן אין וועלכע זיי נויטיקן זיך, און מ'גיט דאָס זיי בעין יפה, אין דער בעסטער מאָס וואָס די עלטערן קענען זיי דאָס געבן —
איז זיכער אַז די קינדער האָבן ניט קיינע דאגות און קיינע אַנדערע באַשעפטיקונגען וואָס זאָלן צונעמען צייט פון דער צייט וועלכע זיי קענען אָפּגעבן אויף לערנען תורה. ד.ה. אַז באַ זיי קען זיין "תורתו אומנתו", וויבאַלד אַז זיי האָבן ניט קיינע אַנדערע דאגות.
וואָס דערפאַר איז די אָפּלערנונג פון רשב"י אַז ס'דאַרף זיין "תורתו אומנתו" ספּעציעל באַ אידישע קינדער:
ניט קוקנדיק אין וואָס פאַר אַן אָרט און בית ספר די קינדער לערנען און ווערן ערצויגן — דאַרפן זיי וויסן, אַז זיי האָבן אַ נתינת כח, אַ שטאַרקייט, געגעבן געוואָרן פון רשב"י, אַז באַ זיי זאָל זיין (אויב ס'וועט באַ זיי נאָר זיין "יגעתי", זיי וועלן באַשליסן אַז באַ זיי וועט זיין) "תורתו אומנתו", אַז זייער גאַנצע פרייע צייט, יעדע פרייע מינוט, וועלן זיי זיך אָפּגעבן מיט זייער פאַך, מיט זייער באַרוף, אין וועלכן דער אויבערשטער איז זיי מחנך — לערנען תורה, "תורתו אומנתו", וואָס חינוך איז אויך פאַרבונדן מיט "אומנות", כמ"ש23 "אומן את הדסה", "אומן" מלשון חינוך. אַז יעדער פרייע מינוט וועט מען אָפּגעבן אויף לערנען תורה ווי איר האָט איצטער גענומען איינטייל אין חזר'ן און גע'חזר'ט פּסוקים פון תורה שבכתב און מאמרי חז"ל פון תורהשבעלפה.
ז. דערפון קומט צו נאָך אַ ספעציעלע אָנווייזונג פאַר קינדער — ספּעציעל פאַרבונדן מיט די טעג:
איצטער דערנעענטערט זיך די צייט ווען אייערע מוטערס און פאָטערס (אָדער קרובים) וועלן אייך פאַרשרייבן אין אַ "קעמפּ" (מחנה קיץ). בשעת ס'וועט זיך אָנהויבן "וואקיישען", די צייט וואָס מ'ווערט באַפרייט פון בית ספר, וועט מען אייך פאַרשרייבן איר זאָלט אַריינגיין אין אַ "קעמפּ" אויף מערערע טעג, וואָכן אָדער חדשים —
זאָלט איר בעטן די מוטער און דעם פאָטער, און די מוטער און פאָטער וואָס זיינען איצטער דאָ, בעט מען באַ זיי אין דעם נאָמען פון רשב"י — אַז זיי זאָלן זיך משתדל זיין, ביז אין אַן אופן פון "יגעתי", האָרעווען, אויף אַריינשרייבן יעדער קינד און אַלע קינדער אין אַ "קעמפּ" וואו יעדער פרייע מינוט ווערט אָפּגעגעבן אויף לערנען תורה און מקיים זיין אירע מצוות, "תורתו אומנתו".
זעלבסטפאַרשטאַנדיק, מיינט מען דערביי די וואָס דאַרפן דאָס טאָן בנוגע צו זיך אַליין, וואָרום מ'ווייסט נאָך ניט וואו מ'וועט זיי פאַרשרייבן. אָבער מצד "ואהבת לרעך כמוך" — דאַרף מען איינווירקן אויף אַנדערע קינדער און אַנדערע עלטערן, אַז מ'זאָל פאַרשרייבן די קינדער אין אַ "קעמפּ" וואו יעדער פרייע מינוט גיט מען אָפּ אויף לערנען תורה און מקיים זיין מצוות.
יעדער קינד דאַרף פאַנאַנדערפרעגן זיך באַ זיינע חברים, און מיידעלעך באַ זייערע חבר'טעס: ווי אַזוי וועלן זיי פאַרברענגען און אויסנוצן די זומער צייט, די "וואַקיישען" צייט, אַז דעמולט זאָל זיין דער לשמש את קוני, דינען
הערות
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.