ספרי כ"ק אדמו"רלקוטי שיחותכרך לזהוספות - שיחותמשיחות ש"פ בהר, ט"ו אייר ול"ג בעומר ה'תשמ"ו124

124

החלטות טובות פון די קינדער צו נאָכמער באַפעסטיקן און פאַרשטאַרקן זייער שייכות מיט רשב"י און מיט זיינע הנהגות, ובפשטות — אַז די שמחה פון די קינדער בשמחת רשב"י ווערט אַ פעולה נמשכת על כל הזמנים, צו מוסיף זיין בלימוד התורה און בקיום המצוות בהידור, דורכגענומען מיט אהבת ישראל ואחדות ישראל, און דאָס אַריינברענגען אין זייערע הייזער און באַ זייערע משפּחות און חברים וכו'.

און "חנוך לנער ע"פ דרכו גם כי יזקין לא יסור ממנה"17, אַז זיי זאָלן אויפוואַקסן צו זיין לומדי תורה ומקיימי מצוות בהידור, דורכגענומען מיט יראת שמים, און במיוחד — לימוד תורתו של רשב"י, פנימיות התורה, און זיין — "נרות להאיר", משפיע זיין און באַלייכטן דעם גאַנצן אַרום.

ג. ומענין לענין באותו ענין:

ל"ג בעומר (מ"ת דפנימיות התורה18) איז אויך אַ הכנה — בתוך כל19 ימי הספירה20 — צו זמן מתן תורתנו בחג השבועות, וואָס דעמולט איז געווען "בנינו עורבים אותנו"21, די אידישע קינדער זיינען געווען די "גאַראַנטאָרס" אויף מתן תורה וקבלת התורה עד סוף כל הדורות.

דערפאַר איז אַ דבר נכון (ווי גערעדט בשנים שעברו22) אַז אין דעם טאָג פון חג השבועות בעת קריאת עשרת הדברות (וואָס איז בדוגמת יום מתן תורה23) זאָל מען ברענגען אַלע אידישע קינדער, סיי אינגעלעך סיי מיידעלעך (אויך גאָר קליינע קינדער), אין בית הכנסת — "מקדש מעט"24 — בכדי הערן די עשרת הדברות און די פסוקים בתור הקדמה לזה (עכ"פ).

ד. בהמשך לזה (ענין החינוך) איז בכמה מקומות איצטער אויך אַ זמן גרמא, שטייענדיק דאָרט בקרוב לסיום שנת הלימודים פון קינדער, צו משפּיע זיין אויף די עלטערן פון אידישע קינדער אַז זיי זאָלן שיקן זייערע קינדער צו אַ מחנה קיץ וועלכער איז מיוסד אויף טהרת הקודש, דורכגענומען מיט אהבת ה' ויראת ה'. וכמדובר כמ"פ, אַז מ'זעט בפועל אַז די פעולה פון אַ מחנה קיץ אויף קינדער (ובפרט פון אַ מחנה קיץ על כל היום והלילה) איז אַ סך שטאַרקער (בכמה פרטים) ווי דער פעולה אפילו פון אַ בית ספר — דעריבער איז נאָכמער נוגע צו לייגן אַכט אַז מ'זאָל שיקן די קינדער צו אַ מחנה קיץ וואָס איז פּאַסיק פאַר אַ אידיש קינד.

און עס איז אויך נוגע אַז מ'זאָל זיך משתדל זיין ומשפיע זיין אויף די עלטערן בנוגע צו שנת הלימודים בשנה

הערות

  1. 17. משלי כב, ו.
  2. 18. סד"ה וספרתם תרס"ו שם. סה"מ תש"ד שם.
  3. 19. ראה ר"ן סוף פסחים.
  4. 20. ובמיוחד ל"ג בעומר, הוד שבהוד, ש"אז זמן תשלום וסוף לעיקר המדות כו'" (סידור שער הל"ג בעומר דש, סע"א ואילך. ובכ"מ).
  5. 21. שהש"ר פ"א, ד.
  6. 22. לקו"ש חכ"ג ע' 250 ואילך. ע' 256 ואילך. ועוד.
  7. 23. ראה פסיקתא דר"כ (הובא ברוקח סרצ"ו) עה"פ בחודש השלישי (יתרו יט, א): הוו קורין את הפרשה הזאת כל שנה ושנה ואני מעלה עליכם כאילו אתם עומדים לפני הר סיני ומקבלין את התורה.
  8. 24. יחזקאל יא, טז. מגילה כט, א.

עמודים המצטטים את אותם מקורות

מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.