123
סעודת מצוה — אַ "סיום" אויף אַ מסכת וכיו"ב, וואָס עושין שמחה לגמרה של תורה9, אָדער מיט אַן אַנדער סעודת מצוה, וואָס זיכער וועט מען געפינען כמה הזדמנויות בזה.
וכאמור, אַז אַפילו אין די ערטער וואו מ'האָט שוין געמאַכט אַ כינוס בל"ג בעומר עצמו, איז דאָך צו קדושה קיין שיעור ניטאָ — דאַרף מען זיכער מוסיף זיין אין דעם דורך מאַכן נאָך אַ כינוס בימים אלה.
ובפרט אַז מ'געפינט זיך בדרא דעקבתא דמשיחא, און דעמולט גופא — בעקבתא דעקבתא, געציילטע רגעים פאַר דער גאולה — וואָס דעמולט איז דער טיפסטער חושך כפול ומכופל, כמשל רבותינו נשיאינו10, אַז בסוף הלילה, איידער עס ווערט ליכטיק בעלות השחר, איז דער טיפסטער חושך (ובפרט אויב מ'איז ניט מרגיש אַז דאָס איז אַ טיפער חושך). און מען דאַרף אויף דעם קיין ראיות ניט וכו'.
איז זיכער די כוונה אין דעם — אַז דאָס זאָל מעורר זיין אידן, אַז זיי דאַרפן נאָכמער מוסיף זיין אין אור וקדושה, אין חיזוק בלימוד התורה וקיום המצוות בהידור, און דורך דעם — ברענגען אַז אין דעם חושך כפול ומכופל זאָלן שוין אַריינשיינען די שטראַלן פון עלות השחר, פון דער גאולה האמיתית והשלימה ע"י משיח צדקנו.
וואָס דאָס טוט מען אויף במיוחד דורך דער הוספה באור וקדושה וחיזוק בתומ"צ פון תינוקות של בית רבן — וואָס "אין העולם מתקיים אלא בשביל הבל תינוקות של בית רבן", "הבל שאין בו חטא"11, און אויף זיי זאָגט11 מען "אל תגעו במשיחי"12, און "מפי עוללים ויונקים יסדת עוז גו' להשבית אויב ומתנקם"13.
ובפרט אַז מ'קלייבט זיי צוזאַמען אין אַ כינוס בקשר מיט שמחתו של רשב"י — וואָס "כדאי הוא ר"ש לסמוך עליו בשעת הדחק"14, וואָס גייט אויך אויפן דוחק וחושך הגלות15, און רשב"י האָט געזאָגט16 "יכול אני לפטור את כל העולם כולו מן הדין כו'" — און די קינדער זיינען זיך משמח בשמחת רשב"י, אַ שמחה פון "הבל שאין בו חטא", אַ שמחה טהורה וקדושה כו', ווי מ'זעט במוחש אַז די שמחה וניגונים וריקודים פון קינדער איז מיט אַ פשטות ותמימות און לעבעדיקייט ושטורעם מער ווי ביי ערוואַקסענע.
און די שמחה (בשמחתו של רשב"י) קומט צוזאַמען און איז מוסיף אין די
הערות
- 9. רמ"א יו"ד סו"ס רמו. או"ח סתקנ"א ס"י. וראה טור ורמ"א או"ח סתרס"ט.
- 10. מאמרי אדה"ז אתהלך לאזניא ס"ע קג. אוה"ת במדבר ע' מד ואילך (וש"נ). לקו"ד ח"א סח, א.
- 11. שבת קיט, ב.
- 12. דה"א טז, כב.
- 13. תהלים ח, ג. וראה ד"ה וקבל היהודים תרפ"ז.
- 14. ברכות ט, א. וש"נ.
- 15. ראה גם שער ישכר סוף המאמר לל"ג בעומר.
- 16. סוכה מה, ב.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.