122
מזרזין אלא למזורזין6, אַז בכל מקום ומקום זאָל מען נאָכמער מוסיף זיין אין מאַכן די אַלע פּאַסיקע הכנות אויף צוזאַמענקלייבן וואָס מערער קינדער בל"ג בעומר, אין אַ תהלוכה אָדער מסיבה, בכל מקום ומקום — באופן המתאים למקום זה, אַזוי אַז עס זאָל זיין "ברוב עם הדרת מלך"7.
און מ'זאָל מיט זיי רעדן וועגן ענינו און אופן הנהגתו פון רשב"י און פון ל"ג בעומר בכלל, און וואָס זיי דאַרפן לערנען פון דעם אין חיזוק פון זייער לימוד התורה וקיום המצוות.
ובכדי נאָכמער מוסיף זיין אין דעם — איז אַ דבר נכון אַז נוסף לזה וואָס די מורים ומורות, מדריכים ומדריכות וועלן מעורר זיין די קינדער צו משתתף זיין זיך אין די מסיבות וכיו"ב, זאָל יעדער קינד וואָס ווייס שוין וועגן ל"ג בעומר און וועגן אַ מסיבה וכיו"ב וואָס וועט דעמולט פאָרקומען פאַר קינדער — רעדן און מעורר זיין נאָך איין קינד עכ"פ (אַן אינגעלע — נאָך אַן אינגעלע, און אַ מיידעלע — אַ מיידעלע) צו זיך משתתף זיין אין אַ מסיבה וכיו"ב לכבוד שמחת רשב"י.
וואָס דאָס וועט נאָכמער צוגעבן אין דער הצלחה און אין "רב עם הדרת מלך", ווי מ'זעט בפועל, אַז בשעת אַ קינד איז מעורר זיינעם אַ חבר (אָדער אַ מיידעלע — אירע אַ חבר'טע), קענען זיי מערער אויפטאָן ווי בשעת דאָס טוען ערוואַקסענע, אפילו פון די מורים ומורות.
ב. דערביי איז כדאי צוגעבן, אַז אויב ערגעץוואו קען מען ניט איינפירן אַ כינוס אָדער אַ תהלוכה פון קינדער בל"ג בעומר, אָדער מ'קען עס ניט טאָן בשלימות, ובאמת איז אפילו אויב מ'טוט עס בשלימות, קען מען אין דעם דאָך אַלעמאָל מוסיף זיין ווייל אין טוב וקדושה איז קיין שיעור ניטאָ — זאָל מען אין די טעג לאחרי זה, וועלכע קומען בהמשך צו ל"ג בעומר מאַכן (נאָך) אַ כינוס, מסיבה אָדער תהלוכה וכיו"ב, פאַר אידישע קינדער, אינגעלעך און מיידעלעך, אַלס המשך צו יום שמחתו של רשב"י בל"ג בעומר.
מובן, אַז מ'זאָל דערביי רעדן וועגן פרשת היום והשבוע (ווען דער כינוס קומט פאָר), אָבער ביחד עם זה זאָל מען דאָס אויך פאַרבינדן מיט ל"ג בעומר און מיט רשב"י, זייענדיק אַ כינוס וואָס קומט אַלס המשך צו ל"ג בעומר.
זעלבסטפאַרשטענדלעך אַז דער כינוס וכיו"ב זאָל מען מאַכן באופן המותר לכתחילה (בלי שום ספיקות בדבר) בימי הספירה8 — דורך פאַרבינדן דאָס מיט אַ
הערות
- 6. ספרי נשא ה, א. וראה במדב"ר פ"ז, ו.
- 7. משלי יד, כח. וראה אנציקלופדי' תלמודית בערכו. וש"נ.
- 8. דאף שיש נוהגין שמל"ג בעומר ואילך מותר להסתפר ולישא אשה ולא נוהגין אבילות כו' (שו"ע או"ח סתצ"ג ס"ב. שו"ע אדה"ז שם ס"ה), מ"מ מנהג חב"ד ועוד הוא שנוהגין איסור תספורת כו' גם לאחרי ל"ג בעומר (שו"ע שם ס"ג. מג"א שם סק"ב. שו"ע אדה"ז שם ס"ו).
מצוטט ב־1 עמודים
- שוע"ר עם ביאור דברי שלום תצג דינים הנוהגים בימי העומר לקוטי שיחות חל"ז ע' 122
עמודים המצטטים את אותם מקורות
עמוד זה אינו מצטט גמרא, ולכן אין לו עמודים מקושרים.