105
איד איז אַ בן יחיד שנולד להורים זקנים כו') איז מרמז ווי אַ איד איז פאַרבונדן מיט בחי' זקן (עתיק) שלמעלה, וואָס איז איין זאַך מיט עצמות ומהות125 — ישראל וקוב"ה כולא חד126. און דעריבער ווערט צו אים (דער בן מלך) אויך נמשך "מעדני מלך"127 — עצמות התענוג (עתיק).
ובפרט דורך דעם וואָס אידן האָבן מוסיף געווען בלימוד התורה בכלל, כולל ובמיוחד — לימוד פנימיות התורה, וואָס דורך דעם ווערט די המשכת גילוי פון "עצמות עתיק"128 אין אידן.
און זיכער וועט מען ווייטער מוסיף זיין אין לימוד התורה ובפרט פנימיות התורה — און אויך אין קיום המצות בהידור — באופן שלמעלה ממדידה והגבלה, און אין דעם גופא — איז מען מוסיף מערער און מערער, "ילכו מחיל אל חיל"129, אַז ניט קוקנדיק אויף דער הנהגה ביז איצטער באופן פון "נס", און פון "ארים נסי", אויפגעהויבן לגבי זיין הנהגה נסית הרגילה שלפנ"ז, איז ער עולה העכער און נאָך העכער באופן פון "נפלאות" שבתורה ("גל עיני ואביטה נפלאות מתורתך"130), ביז "נפלאות אראנו", און נאָכמער — "אראנו נפלאות", אַז עס איז דאָ דער לימוד התורה באופן של ראי'131, ביז ראי' אין אלקות, אין דעם נותן התורה (והיו עיניך רואות את מוריך), און דאָס ברענגט דעם גילוי פון "נפלאות" אין תורה.
און דורך דעם באַקומט מען מדה כנגד מדה132 וכמה פעמים ככה פון דעם אויבערשטן, אַז "אראנו נפלאות" כפשוטו — דער אויבערשטער אַליין באַווייזט אים, באופן פון מראה באצבעו ואומר זה: אָט האָסטו די נסים ונפלאות וואָס איך, דער אויבערשטער, האָט דיר געגעבן, ווי "הורים זקנים" גיבן צום "בן יחיד שנולד לעת זקנותם", מבחי' עתיקא קדישא,
ביז אַז דער אויבערשטער אַליין שטייט בהתגלות, און מיט וואָס איז ער "פאַרנומען" כביכול (אָדער אָן אַ כביכול) — מיט "אראנו", באַווייזן יעדער איד "נפלאות", אַז דאָס וואָס עס איז געשען מיט אים ביז איצטער איז אויך געווען "נפלאות", ועאכו"כ די נפלאות וואָס קומען דערנאָך (נאָך דעם "אראנו"),
ביז — די נפלאות בגאולה האמיתית והשלימה, ובאופן פון "אראנו", און דערנאָך — קומען נאָך העכערע "נפלאות", א.ז.וו. עד אין סוף.
יא. בכל זה קומט צו דורך דעם וואָס מ'וועט איצטער מסיים זיין (כרגיל) מיט מאַכן יעדערן פון הנוכחים כאן (און דורך זיי — כלל ישראל) פאַר אַ שליח מצוה אין מצות הצדקה (ששקולה כנגד כל המצוות133), וכמדובר לעיל134 אַז דורך
הערות
- 125. ומרומז גם בהלשון "בן יחיד", בחי' אחד עשר, חד ולא בחושבן (ראה הערה 28).
- 126. ראה זח"ג עג, א.
- 127. ולהעיר גם שפנימיות עתיק הוא מלכות דא"ס (המשך תרס"ו שם).
- 128. כ"ה בהמשך תרס"ו שם.
- 129. לשון הכתוב — תהלים פד, ח.
- 130. תהלים קיט, יח. וראה שער האמונה פ"ס.
- 131. ראה לקו"ת צו יז, ב: "וזהו פי' אראנו נפלאות, אראנו דייקא בבחי' ראי' ממש. . שהשגתו (דהאריז"ל) הי' בבחי' ראי' כו'". וראה גם שער האמונה שם.
- 132. ראה סוטה ח, ב. ט, ב. וש"נ. תוספתא סוטה רפ"ד. מדרש לקח טוב שמות ג, ו. ועוד.
- 133. ב"ב ט, א. וראה תניא פל"ז (מח, ב).
- 134. סעיף ח.
עמודים המצטטים את אותם מקורות
מקורות הגמרא שבעמוד זה נפוצים מדי או ייחודיים לו, ולכן אין לו עמודים מקושרים.